בלאט 1 פון 1

אש קודש הרב משה וויינבערגער

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:35 pm
דורך chaims
ממש היינט האב איך געזען צעטליך אז אש קודש מאכט א צוזאמקום לג בעומר באנאכט מיט זינגערס וכו'
האב איך אביסל געזוכט אויפן געוועב וואס דאס איז אש קודש האב איך געטראפען אז עס איז א קהילה געבויט צו אריינברענגען א געשמאק אין יודישקייט
דער רב דארט הייסט הרב משה וויינבערגער ער קוקט אויס צו זיין אן אינטערעסאנט יידל אבער צו סך פרטים ווייס איך נישט
עס איז מיר אינטערעסאנט צו הערן צודער עולם קען איהם און צו ער פארקויפט עפעס צי דער זאך
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Moshe_Weinberger

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:56 pm
דורך איך אויך
Rabbi Weinberger adopted[when?] Chasidic attire (a Chasidic-style black hat during the week (known as a Biberhit, or Hoiche Beiberhit in Yiddish)

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 8:03 am
דורך אייניקעל
ארגיאנעל פון א וויי. יו. בעגראונד
געווארן צוגעצויגן צו חסידות דורך די ספרים פון האדמור מפיאסעצנע זצ"ל הי"ד (חובת התלמידים, הכשרת אברכים, אש קודש ועוד)
זיין קהלה הייסט טאקע על שם די ספר אש קודש פון האדמור הנ"ל
ער איז אויך די משגיח רוחני אין YU פאר די לעצטע 2 יאר, ווי ער לערנט און פארשפרייט תרת החסידות
ער איז א גאון עצום ובקי בכל תורת החסידות אויף א אויסערגעווענליכן אופן
אויף YU's וועבזייט קען מען הערן/דאונלאדן זיינע שיעורים, קרוב צו 4000 שיעורים פון די לעצטע 20 יאר.
ביי אים זענען אלע יודן הייליג, במשך די יארן האט ער איעדע שטיק צייט פארגעלערנט א אנדערע סעריע, ווי ספרי חב"ד, ר' נחמן מברסלב, ר' צדוק, מהר"ל, אישביצא, ר' לייבעלע אייגער, קאצק, קדושת לוי, וכו' וכו', ער לערנט אויך פאר ספרים פון היינטיגע מיט די גרעסטע מאס הכנעה, זייער זייער אפען, מיט א מוחין דגדלות, ער קען פארציילען אדער נאך זאגן דברי תורה פון הרב קוק זצ"ל מיט סאטמאר רבי זצ"ל אין איין אטעם.

די קהלה איז זייער א הייליגע, יודן חסידים (אן בעקיטשעס אדער שטריימעלך) וואס ווייקן זיך אין עבודת השם, יודן וואס אינדערוואכן זענען זיי לויערס, דאקטארס וכו' און שבת ביי שלש סעודות זיצט מען מיט פארלאשענע לעקטערס און מ'זינגט ניגוני שבת מיט אן אש קודש.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:49 pm
דורך [NAMELESS]
איינער ווייסט מער אינפא. אויף דעם רב - קהילה?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:45 pm
דורך moshav zekeinim
ער האט זיך געלאזט בויען א הערליכער שול אויפן אמאליגן אייראפעיאישן סטייל. ער זאגט אז דער אמאליגער סטייל פארבינד אונז מיטן ערליכן אמאל. איך פארשטיי אז דאס איז די סיבה פארוואס ער גייט א שטריימל בעקיטשע.

ער שטאמט -לויט ווי ער זאגט- פון אונגארישע היימישע אידן וועלעכע זענען געפארן קיין בעלז בעפארן קריג.

עס איז טאקע יעצט פאר סליחות כדאי צו זען. דעם קליפ וויאזוי ער טאנצט מיט א "אש קודש" אויפן בימה נאך סלוחות. דער מאדערנער עולם איז אין פולן עקסטאז.

רבותי, א נייער פראקציע פון חסידות מיט א נייער אור וואקסט ארויס בערבות ניו דזשערזי. דאס איז א תלמודי בעל שם סטייל על טהרת הענגליש, "דער יידיש פון גלות אמעריקא", א דרך הבשטי"ת מיט קאליטש, מיט געשוירענע בערד, וכו'

ער נעמט איבער אין א שטראם די אינטערעסן פון די מאדערן ארטעדאקס, זיינע דברות קודש ווערן איבערגעזאגט דורך ראביי'ס ברחבי אמעריקא על דוכן המרצאים.
עס איז מעגליך אז דער נאמען ר' משה וויינבערגער וועט נאך אביסל זיין א נאמען, נישט פון א מענטש, נאר פון א מהפיכה.

Re: אש קודש הרב משה וויינבערגער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 7:14 pm
דורך mevakesh
Not nj it's in woodmere ny

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 7:52 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב געמיינט אז עס געפונט זיך אין ניו דזשערסי. ישר כח פארן פאררעכטן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 3:35 pm
דורך הוגה
כ'האב פונקט אנגעטראפן דער קליפ ווי הרב וויינבערגער רעדט איבער די היסטאריע און די הווה פון זיין קהלה.

https://www.youtube.com/watch?v=on8Xl4fkFJU

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:16 am
דורך berlbalaguleh
mevakesh האט געשריבן:Not nj it's in woodmere ny

פאר עים (ע"ה) דארפסטו זאגן אויף אידיש...לאנ-גיילענד... :lol:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 2:49 pm
דורך כלבאשבוע
א לעצטיגע שעור פון הרב וויינבערגער וועגן נסיונות הדור, דברים היוצאים מהלב!

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=50501

http://www.yutorah.org/sidebar/lecture. ... eadership/

http://www.yutorah.org/sidebar/lecture. ... -outreach/