בלאט 1 פון 1

לינק אויף רעכטס

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 6:16 pm
דורך לולקע-ציבעך
ווערטער האבן א טייטש. יעדעס ווארט האט א משמעות. ווען איך זאג "קאמפיוטער", קומט אינעם מוח אויף א בילד פון דער כלי אויף וועלכער די שורות ווערן יעצט געשריבן.

א ווארט איז אבער נישט קיין טיפע פשט'ל – עס מיינט וואס עס מיינט און איז טייטש וואס ס'איז טייטש. אנדערש ווי א פאראגראף, וואס קען געשריבן ווערן אויף אן שניט וואס לאזט זיך אויסטייטשן אויף מער ווי איין אופן, איז א ווארט מער אויבערפלעכליך: עס קען מיינען בלויז איין זאך. (עס זענען גראדע יא פאראן ווערטער וואס קענען טראגן מער ווי איין, און אפילו קעגנגעזעצטע משמעות'ן. אויף ענגליש רופט זיך דאס א pun. דאס זענען אבער אויסנאמען.)

אזוי איז עס געווען ביז דער אינטערנעט-תקופה. אין אונזערע צייטן, קען א ווארט פארוואנדלט ווערן אין א "לינק". אויב דער לייענער גיט א קוועטשט מיט'ן מייזל אויפ'ן לינק, וועט ער זיך טרעפן אין א גאנצער, אפטמאל נייער וועלט, וואס באשטייט פון א שלל מיט פרישער אינפארמאציע. דער אויפגעברענגטער לינק וועט געווענליך האבן ווייטערדיגע לינקס, וואס פירן נאך טיפער, צו גאר אנדערע פלעצער. א מענטש קען אנהייבן לייענען עפעס, און ביז א קורצער צייט זיך טרעפן אין גאר אן אנדערער נושא ווי די, וואס האבן אים אייגנטליך געפירט צום פלאץ וואו ער געפינט זיך יעצט. און אלעס פירט צוריק צו בלויז איין-איינציגן ווארט.

פאראן א סך מענטשן וואס ביים זוכן דורכצולייענען א לענגערע זאך אדער גרונטליך דורכטאן א נושא וועלן נעמען א בוך, אנשטאט זוכן די זעלבע אינפארמאציע אויפ'ן אינטערנעט – טאקע צוליב דעם לינק-היסח הדעת. א לינק איז א רייצנדע טיר אין דער ווירטואלער וועלט, וואס בעט זיך פונעם לייענער אריינצוקומען. אויב נישט אריינגיין, כאטש צוגיין צום שוועל און כאפן א בליק וואס עס טוט זיך אויף דער אנדערער זייט. מיר אלע ווייסן אבער, אז עס פארלאנגט זיך גרויסע כוחות און דיסציפלין נישט נתפעל צו ווערן פון די דאזיגע מסית ומדיחים, וואס זוכן אונז צו פארדרייען דעם קאפ און אוועקנעמען דעם פאקוס פון דער אייגנטליכער נושא אין וואס מיר זענען דערביי עוסק.

ווען די איבערלעבעניש מיט לינקס וואלטן זיך אויסגעשפילט אינעם ווירקליכן לעבן, וואלטן מיר זיך געטראפן נישט סתם בלאנזשן פון איין פלאץ צום אנדערן, נאר ציללאז וואנדערן איבער אומבאקאנטע וועגן, מיט כסדר'דיגע פרישע ברירות און שייד-וועגן, וואס האלטן אין איין זיך ווייטער טיילן אין אומצאליגע ריכטונגען.

ווערטער, הייסט עס לפי זה, זענען גארנישט אזעלכע טרוקענע, אויבערפלעכליכע זאכן. א ווארט איז א טויער וואס פירט צו אן א שיער פרישע פלעצער. איין לינק עפנט א גאנצע נעץ פון גאנצע וועלטן. נאכפאלגנדיג די לינקס קען א מענטש זיך גרינג טרעפן לייענען א וועבסייט, וואס זאגט א סברא פונקט פארקערט ווי דעם וועבזייטל וואס האט אים אייגנטליך אהינגעשיקט... און אלעס – דער צוזאמווארף פון אומ'שייכות'דיגע, אפילו קעגנגעזעצטע טעמעס – הייבט זיך אן מיט בלויז איין-איינציג ווארט.

דער לינק, הייסט עס, איז אזא צינור וואס פירט פונעם ווארט צום געלינקטן וועבסייט. אונטער יעדן אזא לינק געפינט זיך א "קאָוד", וואס ווערט געשריבן אויפ'ן דיקטאט פון קאמפיוטער-שפראך. יענער קאוד קען זיין לאנג און פארצווייגט; פאר'ן מענטש ווייזט זיך אבער נאר דער אקט וואס ער טוט – אין אונזער פאל, פירן דעם לייענער פון איין ווירטואלן פונקט צום צווייטן.

די גאנצע תורה מיט די לינקס ארבעט אויף אן ענליכן אופן ווי להבדיל די תורה. פאראן דער פשוט-טרוקענער טעקסט, וואס זאגט בלויז דאס וואס די ווערטער באדייטן, ובלה"ק: "אין מקרא יוצא מידי פשוטו." דער טעקסט איז אבער געשריבן געווארן מיט געוויסע געזעצן קאָודירט אינעם הינטערגרונט. דערפאר קען א "קליק" אויפ'ן ווארט "בראשית" פירן צו פירוש רש"י, רמב"ן, אבן עזרא, און די אנדערע הונדערטער מפורשים, וואס דערקלערן, פרעגן און ענטפערן, פארגלייכן, און קומען צו כל'ערליי פארשידנארטיגע, אפילו קעגנגעזעצטע מסקנות. אלעס וואס פעלט זיך אויס איז, אז דער ריכטיגער מענטש, מיט דעם פארשטאנד און קענטעניס צו תורה- שפראך, זאל אויסלייענען דעם קאוד, און דאן פשוט שטעלן א לינק פונעם ווארט ביז'ן משמעות.

עס זענען פאראן מערערליי קאמפיוטער-לשונות. יעדע אזא שפראך לערנט אנדערש אפ דאס מציאות הדברים און גיט איבער די אינפארמאציע אויף אן אנדערן אופן. אלע באציען זיי זיך אבער צו דער זעלבער רעאליטעט, די זעלבע מושגים, די זעלבע ווערטער, די זעלבע בילדער. אלע מאכן אנדערש דאס "פשט'ל", אבער דער עיקר נפקא מינה כאפט אינעם הינטערגרונט, אינעם מיטל דורך וועלכן צו ברענגען די אינפארמאציע צום מענטש. פשט, רמז, דרוש, סוד; חסידות, קבלה, מוסר; הלכה, אגדה, פלפול – אלע געבן זיך אפ מיט די זעלבע ווערטער, נאר שרייבן אנדערש דעם קאוד און לינקן צו אנדערע אפצווייגן און טיפענישן פון דעם זעלבן אויבנאויפיגן, טרוקענעם טעקסט.

און אזוי ארום קען טאקע איין ווארט דערהייבן צוויי קעגנגעזעצטע מיינונגען און אפילו א סתירה מיני וביה. ס'איז טאקע איין ווארט, אבער ער פירט אין א סך פארצווייגטע ריכטונגען. "אלו ואלו דברי אלוקים חיים," ווייל דער טעקסט פארמאגט אונטער זיך א וועלט פון סובטעקסט, וואס איז "ארוכה מארץ מידה ורחבה מני ים."

Re: לינק אויף רעכטס

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 6:36 pm
דורך נופת צופים
זייער גוט געזאגט.
אן עקסטרע לייק פאר'ן קעפל.