בלאט 1 פון 2
פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 8:46 pm
דורך עדיאל
ס'דא זאכן וואס זענען הלכה, ס'דא מנהגים וואס ווערן געברענגט, און ס'דא זאכן וואס פרומע אידן טוהן סתם. די ערשטע צוויי קען מען זיך לערנען. פאר די דריטע קלאס דארף מען נעמען שימוש. איך עפן די אשכול פאר פראגעס וואס נאר פרומע אידן קענען ענטפערן. ובזה החלי.
וואו עסט מען שבת הגדול?
אויף וואס פאסט מען אויס אין שול? (מענער)
וואס זינגט דער קהל ביי די פסח מפטיר קריאה? (מענער)
וואו גייט מען שבת צו שאלעשידעס? (פרויען)
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:03 pm
דורך לית דין בר נש
עדיאל האט געשריבן:וואו עסט מען שבת הגדול? אויפן פארטש
אויף וואס פאסט מען אויס אין שול? (מענער) ברוינפען מארבעל קעיק אייערקיכלעך/הערינג ארענדזש דזשוס
וואס זינגט דער קהל ביי די פסח מפטיר קריאה? (מענער) כאלה
וואו גייט מען שבת צו שאלעשידעס? (פרויען) ווענדט זיך צו מען טראגט מיט די עירוב צו נישט
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:34 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ווען קומט דער רבי אריין צום טיש?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 1:59 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
לית דין חשש גילו.
אין וויליאמסבורג וואינסטו נישט (עסן אויפן פארטש)
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 2:08 pm
דורך רויטע וואנצעס
זאג, וועמענס ביסטא?
ווען איז די זמן?
וואס איז דיין ניק?
ווער איז די רבי מיט פאזשאמעס?
וועלכע הקפה האלט מען?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:10 pm
דורך געוואלדיג
די מקוה איז נאס?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 6:19 pm
דורך שמעקעדיג
וויפיל האסטו געצאלט פארן אתרוג?
ווען האסטו געענדיגט דעם סדר נעכטן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 4:25 am
דורך שבת אחים
ווי ביסטו אויף די צווייטע טעג ?
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:39 am
דורך [NAMELESS]
די בעיגעל איז מזונות אדער המוציא?
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:48 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ער איז א היימישע?
אויב מ׳ זעהט א עקסידענט. ס׳ א גוי? (אויב יא מירמעלט מען זיך אינטער ״כן יאבדו״)
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:46 am
דורך אויסגערוט
וויפיהל האט מען נעכטן געציילט
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:58 am
דורך ציבעלע-קיגל
ער איז א איד?
האסט שוין אמאהל געהערט א גוי פרעגען... ער איז א גוי?
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 12:26 pm
דורך מאטי
דרייסט דיך אויף קאווע שטיבל?
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 12:29 pm
דורך chusid
וואסענייעס?
דיין שוואגער מאכט שיין?
א שיינע שידוך?
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 12:36 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
פראגעס וואס פרומע אידן וואלטען געדארפט פרעגן אבער וועלן קיינמאל נישט פרעגן:
"איך פארשטיי אז זי איז אן אויסגעצייכענטע תלמידה, אבער איז זי סע*קסי?"
"האלטסט אז פאר מיין מאנ'ס וועגן וואלט איך געמעגט פארלירען פופציג פונט?"
"די פאנדזעלאו מאכט מיר אויסזעהן וואו א געדעקטע טיש אדער וואו א פרידשזירעטאר?"
"האלטסט אז מ'מעג טוישען די ניגון איף ידיד נפש די וואך?"
"אפשר האט שלמה המלך עס געשריבען אלס א לאוו סאונג?"
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 1:56 pm
דורך לית דין בר נש
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:פראגעס וואס פרומע אידן וואלטען געדארפט פרעגן אבער וועלן קיינמאל נישט פרעגן:
"איך פארשטיי אז זי איז אן אויסגעצייכענטע תלמידה, אבער איז זי סע*קסי?"
איך הער דער שאלה יעדן טאג אבער נישט מיט דיין לשון, מענטשן פרעגן טעגליך זי איז א שיינע/באחנ'טע/באטעמ'טע?
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:"האלטסט אז פאר מיין מאנ'ס וועגן וואלט איך געמעגט פארלירען פופציג פונט?"
דער שאלה וועט מען נאר הערן פרעגן אויב וועט מען הערן מענער פרעגן "האלטסט אז פאר מיין ווייב'ס וועגן וואלט איך געמעגט פארלירען הונדרעט פונט?"
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 4:55 pm
דורך איך אויך
מנחם ,כ'וויל דיר לייקן אבער איך קען נישן וועגן די לעצטע שורה.
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:02 am
דורך [NAMELESS]
ער איז בא'טעם'ט?
(א מאדנע וועג פון פרעגען אויב איינער איז good looking......)
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:05 am
דורך רויטע וואנצעס
אדער, ער האט א לעכטיגע צורה.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 3:13 pm
דורך משה פראגער
נו, וי אזוי איז דער יחץ געלונגען?
זאג נאר, וועלכע הפטורה לייענט מען?
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 1:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'נעמט דא אן פ.ס.?
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 1:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער נאך שיקט אהין?
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 1:30 am
דורך וכדומה..
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ווען קומט דער רבי אריין צום טיש?
ווען עסט מען ציבעלע קוגל