בלאט 1 פון 3
ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:46 am
דורך דענקער
די ארטאדאקסישע קהילה
קהל בני דוד יהודא, לאס אנדזשעלעס האט
אויפגענומען עליססע טאמעס-ניובארן אלס טייל פון די ספיריטואלע לידערשיפ. איר טיטל וועט זיין מורתינו.
עליססע איז שוין עטליכע חדשים אן
אינטערן אין די קהילה. עליססע שטודירט אין
ישיבת מהר"ט, און וועט גראדואירן אין 2016.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:09 am
דורך יעקב מענטש
שוין העכסט צייט פאר די אלע קהילות וואס טוען די זאכן, אפצולאזן די נאמען 'ארטאדאקסיע', ווילסט אויפנעמען א פרוי פאר א רב ? ס'איז א גרויס הארצווייטאג מיטצוהאלטן אזא זאך ווי א קהילה בישראל טוט אזא זאך, אבער מיט 'ארטאדאקסיע' האסטו גארנישט איינגעלייגט,
טויש דיר די נאמען צו רעפארם אדער קאנסערוואטיוו, און אויב די געפינסט דיך נישט דאס פלאץ דארטן, קענסטו אויפקומען מיט עפעס א נייע נאמען, לאז איבער ארטאדטקסיע, כאטש מיט איר 'מאדערן-ארטאדאקס' גלאנץ.
קען זיין, אזוי ווי איינער פון ענקערע רבנים, ראביי כ"ץ, וואס האט א זוהן אינגאנצן פריי, האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיין עמעזינג סאן, אז ס'איז עקסיידינג צו זעהן אזויפיל מינע פארמס פון אידישקייט, יתכן אז די עוולה האט מיט ארטאדאקסיע ווי זיין זוהן האט מיט אידישקייט,
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:26 pm
דורך הדד בן בדד
דאס איז סעלעקטיוו דשודאאיזם, זיי סעלעקטירן וואס זיי ווילן האלטן. די קהילה איז טאקע גאר שוואך ווען עס קומט צו אידישקייט.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 3:09 pm
דורך הוגה
[justify]
הדד בן בדד האט געשריבן:דאס איז סעלעקטיוו דשודאאיזם, זיי סעלעקטירן וואס זיי ווילן האלטן. די קהילה איז טאקע גאר שוואך ווען עס קומט צו אידישקייט.
אזויווי רוב אנדערע חרדי'שע קהילות זענען. דער מעקט אויס לא תרצח פון זייער תורה, דער לא תונו איש את עמיתו, דער מעקט אויס אשר תשים "לפניהם", וכו' וכו'. אויך לייגט מען צו מצוות און איסורים. איינער לייגט צו די מצוה פון "איש ואשה כי תנשאו יקנו בית מלא כספו, ואם אין לו ילוה את אחיו וחבריו כי סמוך תסמכו שהכל יהיה בסדר". אנדערע לייגן צו די איסורים פון "לא תלכו בלי כובע ברחוב ונשותיכם לא תנהגו ברכב, והיה אם לא תשמעו ונכרתה נפשות ילדכם מקרב עמיכם". אנדערע לייגן צו "אני מאמין באמונה שלימה שהרבי שלי עושה הכל לשם שמים והוא פועל ישועות בקרב הארץ כמו שכתוב ע"י נביאך הדברי חיים אז צען יודן גלייבן אין א בוים וועט עס באווייזן מופתים. וכל הכופר בזה אין לו חלק ונחלה וכו".
בקיצור, הצד השוה, גאנץ ארטאדאקסיע איז רעפארם, יעדע טוישט וואס עס געפעלט זיי. נו, האט דער קהלה ארויסגענומען די לאו פון "לא תשימו אשה רב בקהלתכם". אוי! איין מינוט! עס איז נישט פארהאן אזא איסור. זעהט אויס זיי זענען די איינציגע ארטאדאקסן.
.[/justify]
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 6:45 pm
דורך נופת צופים
RKanefsky-278x3002-e1403122075757.jpg
דער ראביי זייערע
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 7:07 pm
דורך בר דעת
הוגה האט געשריבן:[justify]
הדד בן בדד האט געשריבן:דאס איז סעלעקטיוו דשודאאיזם, זיי סעלעקטירן וואס זיי ווילן האלטן. די קהילה איז טאקע גאר שוואך ווען עס קומט צו אידישקייט.
אזויווי רוב אנדערע חרדי'שע קהילות זענען. דער מעקט אויס לא תרצח פון זייער תורה, דער לא תונו איש את עמיתו, דער מעקט אויס אשר תשים "לפניהם", וכו' וכו'. אויך לייגט מען צו מצוות און איסורים. איינער לייגט צו די מצוה פון "איש ואשה כי תנשאו יקנו בית מלא כספו, ואם אין לו ילוה את אחיו וחבריו כי סמוך תסמכו שהכל יהיה בסדר". אנדערע לייגן צו די איסורים פון "לא תלכו בלי כובע ברחוב ונשותיכם לא תנהגו ברכב, והיה אם לא תשמעו ונכרתה נפשות ילדכם מקרב עמיכם". אנדערע לייגן צו "אני מאמין באמונה שלימה שהרבי שלי עושה הכל לשם שמים והוא פועל ישועות בקרב הארץ כמו שכתוב ע"י נביאך הדברי חיים אז צען יודן גלייבן אין א בוים וועט עס באווייזן מופתים. וכל הכופר בזה אין לו חלק ונחלה וכו".
בקיצור, הצד השוה, גאנץ ארטאדאקסיע איז רעפארם, יעדע טוישט וואס עס געפעלט זיי. נו, האט דער קהלה ארויסגענומען די לאו פון "לא תשימו אשה רב בקהלתכם". אוי! איין מינוט! עס איז נישט פארהאן אזא איסור. זעהט אויס זיי זענען די איינציגע ארטאדאקסן.
.[/justify]
Wow
דברים כדברונות. איך פרעים עס און לייג עס אין מיין דיינונג רום!
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 7:18 pm
דורך יואב
בר דעת האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:[justify]

כ'האף אז נאר פון דער דאזיגער תגובה און נישט פון מורתינו זעלבסט. דוכט זיך זי איז ארויסגעקומען שארף קעגן נעמען בילדער.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 7:44 pm
דורך קאווע טרינקער
א לעכטיגע צורה.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 7:55 pm
דורך ישראל קאפקע
איך פארשטיי נישט פונקטליך וועלכע שטעלע זיי גייט ערפילן.
וואס פונקטליך מיינט spiritual leader?
עס קוקט נישט אויס ווי עס מיינט ממש די שטעלע פון א 'רב'.
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 8:27 pm
דורך נופת צופים
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך וועלכע שטעלע זיי גייט ערפילן.
וואס פונקטליך מיינט spiritual leader?
עס קוקט נישט אויס ווי עס מיינט ממש די שטעלע פון א 'רב'.
זיי האבן באשאפן א נייע שטעלע "מורתי". דער רב בלייבט רב.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:08 pm
דורך געפילטע פיש
יעקב מענטש האט געשריבן:שוין העכסט צייט פאר די אלע קהילות וואס טוען די זאכן, אפצולאזן די נאמען 'ארטאדאקסיע', ווילסט אויפנעמען א פרוי פאר א רב ? ס'איז א גרויס הארצווייטאג מיטצוהאלטן אזא זאך ווי א קהילה בישראל טוט אזא זאך, אבער מיט 'ארטאדאקסיע' האסטו גארנישט איינגעלייגט.
וואס גענוי איז קעגן די הלכה מיט דעם שטעלע אז דו ווערסט אזוי אויפגעברויזט? וועלכע איסור? אויב דארף איינער אפלאזן דעם נאמען ארטעדאקסיע איז עס די אולטרא ארטאדאקסן, לאזט אפ דעם ארטאדאקס און רוף דיך נאר "אולטרא", דער ארטאדאקס פון עטליכע הונדערט יאר צוריק וואלט זיך ענדערש געטראפן דאס פלאץ אין מאדערן ארטאדאקס ווי ביי די חרדים. (חוץ אפשר אין קליידונג, ווייל דאס איז געווען די דעמאלסדיגע גוישע סטייל לבוש...)
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:24 pm
דורך איך אויך
מהיכא תיתי אזוינע אומבאגרינדעטע שטותים?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:26 pm
דורך געפילטע פיש
ווי אלט דען מיינסטו איז די מילהאוויץ רעליגיע?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:27 pm
דורך איך אויך
יש חיים (והרבה מאוד חיים) לפני מיהאלוביץ.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:35 pm
דורך געפילטע פיש
לאמיר זען, אפשר ביזטו טאקע גערעכט. לאמיר צוריק גיין א דריי פיר הונדערט יאר, און לאמיר אנאליזירן אפאר בעיסיק שאלות וואס דעפינירן אולטרא ארטאדאקסיע בימינו אלה.
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן געלערענט אין כולל? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן נישט געקענט רעדן די לאקאלע מדינה'ס שפראך? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן קוים זיך געטראפן איינס צוויי מאל מיט די מיידל וועם זיי האבן געהייראט? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן זיך געקליידעט גענצליך אנדערש ווי די אלגעמיינע באפעקערונג? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק זענען געווען געלערענטע מענטשען רעלאטיוו צום אלגעמיינעם באפעלקערונג? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:36 pm
דורך עדיאל
ו [ה] אין מעמידין אישה במלכות--שנאמר "מלך" (דברים יז,טו), ולא מלכה; וכן כל משימות שבישראל, אין ממנים בהם אלא איש.
-רמבם מלכים פרק א
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:39 pm
דורך געפילטע פיש
ביזט דאך גערעכט, מ'דארף טאקע מוחה זיין. כ'האב פונקט געזען אז מרס. גענענדי שפרינקעלשטיין איז די העד פון די לעידיס אקזילערי דנשי הצלה און גייט זיין די מעסטרעסס אוו סערעמאניס, מ'ברויך בעטן הצלה זיך זיך מער נישט רופן ארטאדאקסיש.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:42 pm
דורך עדיאל
מאכסטעך תאמעוואטע? גלייכסט צו קהילה פונקציעס צו סתם ארגאניזאציעס? כ"ש פרויען ארגאניזאציעס?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:43 pm
דורך איך אויך
גענענדי רעדט פאר מענער?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:46 pm
דורך chusid
אמאל פלעגט זיין מער באשא'ס מיט א מיידל?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:59 pm
דורך עדיאל
פאר פיר הונדערט יאר האט מען געקענט די לאנדס שפראך? משכילים האבן איינגעפירט צו לערנען די לאנדס שפראך.
פאר פיר הונדערט יאר האט מען משדך געווען קליינע קינדער.
געפילטע רעדט אין דער וועלט אריין
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:01 pm
דורך געפילטע פיש
עדיאל האט געשריבן:מאכסטעך תאמעוואטע? גלייכסט צו קהילה פונקציעס צו סתם ארגאניזאציעס? כ"ש פרויען ארגאניזאציעס?
און וואס מיינסטו איז די פונקציע פון א "מורתינו"? דאס איז טאקע די גרעסטע ראי' אז זיי זענען געבינדען צו הלכה, ווען נישט וואלטן זיי איר אויפגענומען אלס רב(ה).
עדיאל האט געשריבן:פאר פיר הונדערט יאר האט מען געקענט די לאנדס שפראך? משכילים האבן איינגעפירט צו לערנען די לאנדס שפראך.
פאר פיר הונדערט יאר האט מען משדך געווען קליינע קינדער.
געפילטע רעדט אין דער וועלט אריין
יא? האסט געליינט אפאר מעשה ביכלעך פון מנחם מענדל? וועגן דעם רעד איך פון
פראצענט, נישט פון אפאר מטורפים וואס האבן געמאכט א תקיעת כף אויף זייערע אומגעבוירענע קינדער.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:04 pm
דורך אפטעמיסט
חברה, נישט האקן אין די וועלט אריין. ברענגטס ראיות לדברכם.