בלאט 1 פון 1

וועלעכע ספר אדער דרשן איז גוט?

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:16 pm
דורך נאטירליך
וועלעכע ספר/בוך אדער בעל דרשן האט אייך געהאלפן ווערן קלאר אין מחשבת ישראל אדער עבודת ה'? איך רעדט נישט פון מגידים אדער ספרי ליקוטים וכדומה, איך רעד פון אריגענאלע ספרים און בעלי דרשנים וואס זענען מבאר ענינים העומדים ברומו של עולם.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:21 pm
דורך moshav zekeinim
רבי שלום ארוש

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:28 pm
דורך נאטירליך
Rabbi David Aaron
/http://www.isralight.org/media-center/rabbi-david-aaron

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:35 pm
דורך געוואלדיג
הרב מרדכי נויגערשל
הרב משה גרילק
ר' אביגדור מיללער
משה רבינו
הרב אשי
רבינו הק' (מסדר המשניות, נישט פון דאהי)
רמב"ם

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 5:43 pm
דורך הוגה
רבי ישראל דוד שלעזינגער.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:53 pm
דורך נהורא נפישא
הוגה, די פיעלסט אז הרב שלעזינגער פארענטפערט טאקע אלע דיינע העמק דבר פראגעס ?

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:59 pm
דורך moshav zekeinim
ברוך שפינוזה

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:00 pm
דורך נהורא נפישא
ארגיענעלע מחשבת ישראל
ישעיה און ירמיה

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:22 pm
דורך הוגה
נהורא נפישא האט געשריבן:הוגה, די פיעלסט אז הרב שלעזינגער פארענטפערט טאקע אלע דיינע העמק דבר פראגעס ?


ווער רעדט פון העמק דבר? ער בעט פאר גוטע דרשנים און ספרים פאר עבודת השם.

איך וויל טאקע צולייגן רבי צבי מאיר שליט"א און די בלויע קונטרסים פון רבי יצחק משה ערלאנגער.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:55 pm
דורך moshav zekeinim
rabbi moshe winberger from 5 towns

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:22 am
דורך ציבעלע-קיגל
הרב אביגדור מילר זצוק"ל
הרב משה מאיר ווייס שליט"א
הרב יונתן ריאטי שליט"א

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:25 am
דורך נאטירליך
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:הרב משה מאיר ווייס שליט"א

ווער איז דאס? מה טובו?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 10:59 am
דורך הקטן
נהורא נפישא האט געשריבן:הוגה, די פיעלסט אז הרב שלעזינגער פארענטפערט טאקע אלע דיינע העמק דבר פראגעס ?

אמאל אז מען דערהערט, ווערן אלע "העמק דבר פראגעס" קינדיש.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 11:23 am
דורך נאטירליך
הקטן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:הוגה, די פיעלסט אז הרב שלעזינגער פארענטפערט טאקע אלע דיינע העמק דבר פראגעס ?

אמאל אז מען דערהערט, ווערן אלע "העמק דבר פראגעס" קינדיש.

הקטן, נישט ביי יעדעם קומט העמק דבר שאלות פון א קינדישע פלאץ, ביי אסאך קומט עס פון אסאך א טיעפערע פלאץ און ארומרעדן און זאגן שיינע מראי מקומות און פשעטליך טוהט גארנישט צו דעם, דו האלטס טאקע אז פאר דער רמב"ם אדער דער בעש"ט וואלט הרב שלעזינגער מאיר עינים געוועהן, און איה"נ אז ווען די שאלות קומען פון צומישעניש אדער אויבער חכמישקייט אמאל מען הערט א שיין ווארט איז ווי דו זאגסט, אבער פארשטיי וואס הרב נהורא נפישא טענה'ט

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 11:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין מיין וועלטאנשאונג, שפיר איך אז גייען גרונטליך פון ראשונים אראפ איז דער עצה. איך האב אלס בחור זיך אביסל אריינגעטוהן אין די זאכען, אבער נישט האבענדיג קיין מדריך האב איך נישט געמאכט קיין מסקנות און נישט קלאר גע'ענדיגט מיט וואס איך האב אנגעהויבען, אבער א גירסא דינקותא האב איך אביסל אין דעם, ממילא ווען איך שמועס מיט חברים אין די מיטל דרייסיג יארען, ואוס זענען דאס נישט דורכגעגאנגען, זעי איך א תועלת אע"ג אז איך האב נישט גע'ענדיגט.
איך וואלט מציע געווען קודם כל הקדמת הרמב"ם לפיהמ"ש און שמונה פרקים להרמב"ם און די ערשטע פרקים אין רמב"ם הלכות דעות מיט הקדמה לפרק חלק. מורה נבוכים איז בעיקר באזירט אויף די עמקות און ראיות צו די אלע זאכען, אבער פאר דעם דארף מען געדולד און זיין גרייט נאכ'ן לערנען די אויבענדערמאנטע ספרים.
חובות הלבבות און מסילת ישרים אויף אן ערוואקסענע אופן (נישט מיט די קינדישקייט מיט וואס מ'האט עס געלערנט אלס יונגער בחור אין ישיבה, נאר מיט מח און פארשטאנד) איז אויך א טריט אין די זאכען. נאך די אלע ספרים, האט יעדער לערנען אין מחשבת ישראל אן אנדערע פשט, ס'האט א רקע אין וואס ס'באלאנגט. למשל לערנען רמב"ן עה"ת אדער אוה"ח האט אן אנדערע פלאץ, מ'פארשטייט עס אנדעריש.
דערנאך באשטייען פארשידענע דרכים, איינער קוקט אין תניא, א צווייטע אין כתבי הרמח"ל. דער דריטער טרעפט זיין פלאץ אין נפש החיים מיט ביאור הגר"א אויף משלי. די קענען סותר זיין איינער די צווייטער, ממילא איז דאס שווער צו לערנען אלע צוזאמען. אין דער טריט איז כדאי צו וויילען איינער לכחתלה און נאר נאכ'ן האבען א קלארער אחיזה, קוקען אין אנדערע.

באמת וואלט נ"ך געדארפט זיין אין דער ליסטע, נאר לדאבוני האב איך נאך נישט געטראפען קיין קלארער מפרש אויף נ"ך וואס מ'קען דערמיט אפלערנען עפ"י חז"ל ומחשבת ישראל. דער רד"ק איז דער בעסטער אין דער הינזיכט, אבער נאך אלס איז פרוץ מרובה על העומד. דער מלבי"ם זאגט אייגענער זאכען, נישט ברענגענדיג פון חז"ל, ממילא קען מען עס נישט אריינרעכענען אינ'ם ליסטע פון מחשבת ישראל ספרים, נאר א שטארקע פירוש אויף חז"ל.

און דער עיקר ווי אנדערע שרייבען שוין אויף ק"ש, אמונה און השקפה איז אן אינערליכע זאך. מ'קען עס נישט זוכען ביי א צווייטען און זיי קענען נאר צוהעלפען צו עפענען די הארץ און קאפ צום אייגענער פארשטאנד. מ'דארף נישט און מ'וועט נישט אויסקומען מיט אנדערע אין די זאכען, מ'טרעפט זיך אמאל אביסעל אויפ'ן וועג, אבער נישט דארט איז דער פלאץ צו זוכען.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 3:41 pm
דורך הקטן
נאטירליך האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:הוגה, די פיעלסט אז הרב שלעזינגער פארענטפערט טאקע אלע דיינע העמק דבר פראגעס ?

אמאל אז מען דערהערט, ווערן אלע "העמק דבר פראגעס" קינדיש.

הקטן, נישט ביי יעדעם קומט העמק דבר שאלות פון א קינדישע פלאץ, ביי אסאך קומט עס פון אסאך א טיעפערע פלאץ און ארומרעדן און זאגן שיינע מראי מקומות און פשעטליך טוהט גארנישט צו דעם, דו האלטס טאקע אז פאר דער רמב"ם אדער דער בעש"ט וואלט הרב שלעזינגער מאיר עינים געוועהן, און איה"נ אז ווען די שאלות קומען פון צומישעניש אדער אויבער חכמישקייט אמאל מען הערט א שיין ווארט איז ווי דו זאגסט, אבער פארשטיי וואס הרב הוגה טענה'ט

אויב מיינסטו אז איך האב געמיינט מזלל צו זיין אין דו "העמק דבר פראגעס" האסטו מיך נישט גיט פארשטאנען.
ווען איינעם עגבערט דו "העמק דבר פראגעס" אוודא געוויס דארף ער זיך אפגעבן דערמיט.
אמאל מאכט זיך אבער וואס איינער איז אין גדלות המוחין און פין יענעם פרעספעקטיוו זענען דו שאלות קינדיש

חכם עדיף מנביא - נא קען דען דער נביא נישט זיין א חכם אויך?
די תירץ איז אז פאר דעם נביא געט דו חכמה גארנישט צו

ניין הרב שלעזינגער פארענפערט נישט קיין העמק דבר שאלות
ס'גייט א מעשה אווי די תניא האט פארענפערט פאר די לומדים אלע זייערע שאלות מיט זינגען א ניגון

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און דער עיקר ווי אנדערע שרייבען שוין אויף ק"ש, אמונה און השקפה איז אן אינערליכע זאך. מ'קען עס נישט זוכען ביי א צווייטען און זיי קענען נאר צוהעלפען צו עפענען די הארץ און קאפ צום אייגענער פארשטאנד. מ'דארף נישט און מ'וועט נישט אויסקומען מיט אנדערע אין די זאכען, מ'טרעפט זיך אמאל אביסעל אויפ'ן וועג, אבער נישט דארט איז דער פלאץ צו זוכען.

א ניגון פארענפערט גארנישט
ס'קען אבער צוהעלפען צו עפענען די הארץ און קאפ צום אייגענער פארשטאנד.
א גיטער בעל דרשון אדער א גיטער אויסהערער קען אויך טון די זעלבע זאך

וועלעכע ספר אדער דרשן איז גוט?

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 12:29 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
ר׳ נח ווינבערג זצ״ל
(מיסד מוסדת אש התורה.)
סאיז דא פינעם שיעורם אויף די ׳מ״ח דברים שהתורה נקנית בהם׳
אוך איז דא א יסוד היסודות׳דיגער שמועס
״The 5 Laval's of pleasure "
א פנאמאנאלע שמועס
recommended for everyone..!

(די שיעורם איז דא צי קופן אויף
Aishaudio.com ,
לעצטענס קען מען אויך הערן אויף אפאר היימישע hotlines...)



בילד

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:49 am
דורך ציבעלע-קיגל
נאטירליך האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:הרב משה מאיר ווייס שליט"א

ווער איז דאס? מה טובו?


ער איז א תלמיד מובהק פון ר' משה זצ"ל פיינשטיין ער איז דער רב פון אגודת ישראל אין סטעטאן איילאנד.
און איז ממש א פה מפיק מרגליות. צו איז עס זיינע דף הוימי שיעורים (צוויי איעדען טאג איינס אין סטעטאן איילאנד און איינס אין בורו פרק) צו זיין חומש רש"י שיעור, צו זיינע אנדערע שיעורים.

Re: וועלעכע ספר אדער דרשן איז גוט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:07 pm
דורך משה פיטות
ברוך הלוי אפשטיין( מחבר הספר תורה תמימה)
הרב אברהם יצחק הכהן קוק( אורות)
הרב עקיבה יוסף שְלֶזינגר( לב העברי)
הרב יוסף ענגיל( לקח טוב - אתוון דאורייתא)

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 2:54 pm
דורך נאטירליך
איך בין לעצטענס אנגעקומען צו דעם אינטערעסאטען איד Rabbi David aaron פון עיר העתיקה ירושלים וואס איז א יחיד אין זיין הסברה אויף אסאך ענינים אין יהדות. איך בין נייגעריג צו עס איז דא אנדערע וואס קענען אים, זיינע ביכער איז בעיקר פון זיינע שיעורים וואס מען קען דאונלאדען פון זיין וועבסייט ער איז נישט אזא גוטע שרייבער ווי רעדנער, איך האלט ער איז א גוטע מפתח אין הבנה און חסידות אויף א פראקטישע אופן, ער האלט זיך פאר א תלמוד פון הג"ר שלמה פישר שליט"א און ער האט אליינס א ישיבה פאר בעלי תשובה און אויך מיין איך פאר אמעריקאנע מאדערנע בחורים.
זיינע בוקס קען מען זעהן דא http://www.rabbidavidaaron.com/shop/?ut ... 9e1a667348 און זיינע שיעורים דא http://www.isralight.org/media-center/r ... vid-aaron/ קורצע קליפס http://www.rabbidavidaaron.com/category/videos/page/2/

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 3:01 pm
דורך נקודת החבדית