שמעי'ס טאג בוך - לאגבוימער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
שמעיה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 11:13 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שמעי'ס טאג בוך - לאגבוימער

שליחה דורך שמעיה »

קאפיטעל א' - ווייל יעדער…

"אונז האמיר נישט קיין געלט! פארוואס האסטו באשטעלט א טיקעט קיין ארץ ישראל?!" - רעגט זיך מיין ווייב רוחמי אויפן טעלעפאון.

איך האב געמיינט זי וועט זיך פרייען. "דאנס-דיעלס האט געהאט א מציאה פון האלב פרייז! איך האב שנעל געבארגט געלט פון שמואלי און באשטלט די טיקעט" - פרוביר איך מסביר זיין פאר מיין אויפגערעגטע ווייב. וועלעכע פרוי האט נישט ליעב א מציאה?

"יעדער פארט! אלע מיינע חברים פארן יעדעס יאר, איך פיל ווי א לאזער. שוין 15 יאר, פ-ו-פ-צ-ע-ן יאר וואס אונז זעמיר נישט געווען אין ארץ ישראל" - מיינע תחנונים פאלן אויף טויבע אויערן.

"אונז האמיר נאך נישט געפערטיגט אפצאלן די חובות פון שאולי'ס בר מצוה" - שרייט מיין ווייב - "אויב קענסטו בארגן געלט, בארג פאר מיר, פאר א נייע שייטעל, פאר א נייע פאקעט בוק און שיך!"

"דיין פאקעט בוק זעהט אויס ווי ניי, קיינער באמערקט נישט ס'איז אלט"

"אבער יעדער האט נייע שיך, אונזער שכן רחי וואקט יעדן טאג מיט א גראדע רוקן מיט איר נייע פאקעט בוק און שיך, און שטעכט אויס מיינע אויגן"

"...אה… איך וויל אויך פארן ווייל יעדער פארט!"

"ס'איז אנדערש, דעס איז יעדן טאג! יעדן טאג זעהן אלע לעדיס פון די בלאק אז איך גיי מיט א אלטע סטייל פאקעט בוק, רונדעכיג מיט אסאך טאשען און א קורצע סטרעפ. די נייע סטייל איז באקסעדיג מיט א לאנגע סטרעפ"

מיין קאפ שווינדעלט מיר פון די דקות'דיגע לומד'ישע חילוקים.

"ווייסטו וואס, ס'איז שוין דערנאך, איך האב שוין באשטעלט. לאז מיר כאטש פארען מיט א גוטע געפיל" - אפשר ווארף איך אריין א רמז פון א סטראשע - "די ווילסט נישט איך זאל האבן א שלעכטע געפיל אויף דיר אין ארץ ישראל און איך וועל גיין... "

"אקעי, די האלסט די מוזט פארען? פאר!, איך בין בכלל נישט ברוגז…" - פערטיגט מיין ווייב די טעלעפאון קאל אן זאגן ביי.


איז די סטראזשע געווען צופיל? זאל איך קענסלען יעצט? זאל איך איר ווייזען איך בין באסס?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שמעיה האט געשריבן:זאל איך קענסלען יעצט? זאל איך איר ווייזען איך בין באסס?


יעצט? טו לעיט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: שמעי'ס טאג בוך - לאגבוימער

שליחה דורך אויסגערוט »

זעט זיך אויס זי האט געוואונען און די ביסט דא
שמעיה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 11:13 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך שמעיה »

פארגעסן מאכן אן הקדמה.

דאס איז מיין טאג בוך וואס איך האב געשריבען פאר א יאר ל"ג בעומר תשע"ד

איך וועל ארויפלייגן קאפיטלעך צוביסעלעך - אויב די עולם איז אינטערסירט.

די נעמען זענען שמור במערכת כדי די צו היטען אויך די כבוד פון די באטרעפענדע.

- שמעי'
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אינטרעסאנט, זיי ממשיך.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט