בלאט 1 פון 1

וויליאמסבורג און איר אידישע היסטוריע

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 8:18 pm
דורך [NAMELESS]
אוי! וויליאמסבורג!
א מחי' גאר,
זיי וואוינען דארט פיינע אידן,
אויף מיר אזא יאר.

אוי! וויליאמסבורג!
אזא היימישע קלאנג דו פארמאגסט,
אזויפיל היסטאריע און זכרונות דו טראגסט.

וויליאמסבורג!
דו בוסט אייגענארטיג, ארגינעל,
יעדעס שטיינדעלע פארמאגט א נשמה, א זעהל,
דא האבן אונזערע עלטערן א באדן אנגעגרייט,
מיט בלוט און שווייס געאקערט און געזייט,
איבערגעפלאנצט אמת'ע אידישקייט.

וויליאמסבורג!
דאס וויגעלע פון חסד דו בוסט,
דו באהאלטסט אינטער זיך אוצרות פון גוטס,
דא האט דער חסידישע לעבנסשטייגער,
פריש אירע טריט געשטעלט,
פון דא האט זיך עס פארשפרייט,
איבער דער גארער וועלט.

וויליאמסבורג!
טראץ דעם געדרענג,
דאס פלאץ וואס איז ענג,,
שוין אנגעפילט אין די ברייט און אין די לענג,
דו האסט קיין ברייטע שטראזן,
קיין געפלעגטע גארטענס און גראזן,
וויל דיר קיינער פארלאזן,
כאטש עס שטימט נישט מיטן בודזשעט,
דאך ציסטו זיך ווי מיט מאגנעט.

וויליאמסבורג!
פון פריה באגינען זעהט מען בחורים'לעך,
בעלי בעתים און אינגעלייטלעך,
אין די פילסטע חסידישע טראגע,
לויפן מיט די טלית און תפילין בייטעלעך,
עס יאגן זיך באשיידענע פרויען,
און פארפארעטע ווייבעלעך,
מיט די וועגעלעך איבער די שטעגעלעך,
צווישן די קעצלעך און טייבעלעך.

וויליאמסבורג,
לוסטיגע מיידעלעך,
מיט קליידעלעך און שעסעלעך,
דרייען זיך און פרייען זיך,
דורך דיינע שמאלע געסעלעך,
מיט פיאות'לעך און ציצית'לעך,
ביזנעס קארטלעך און שליסעלעך,
מיט חיות און לעבן,
שפילן זיך די שטיפערישע אינגעלעך,
באהאלטן אין דיינע שפאלטן,
פאליס גנבים אין דיינע ווינקעלעך.

אוי! וויליאמסבורג!
א מחי' גאר,
זיי וואוינען דארט פיינע אידן,
אויף מיר אזא יאר.

אוי! וויליאמסבורג!

היברו דעי סקול אין וויליאמסבורג תש"ג לינקס צו רעכטס:
Mrs. Nathan Auerbach, Vice president of Brooklyn Jewish Philanthropic League, Helen M. Harris, executive director of the Mayor's Committee on War Time Care of Children, Mrs. David Postal, President of the league, Aaron Jacoby, and Elizabethtehc director of the nursery 1943
nursery hebrew day.png
nursery hebrew day.png (81.67 KiB) געזען געווארן 2540 מאל

בילד ערב פסח תש"ל
backyards erev pesach.png
backyards erev pesach.png (124.44 KiB) געזען געווארן 2540 מאל

בילד ערב פסח תש"ל
boy peeking out erev pesach.png
boy peeking out erev pesach.png (109.78 KiB) געזען געווארן 2540 מאל

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 9:06 pm
דורך שמעקעדיג
זייער שיין!
דאס איז די האלבע פולע גלאז....

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
רעכטס ר' ישראל דוד ווייס, לינקס ר' יעקב משה שווארץ
2 alte yidden shmissen.png
2 alte yidden shmissen.png (59.26 KiB) געזען געווארן 2287 מאל

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:33 pm
דורך [NAMELESS]
ר' הערשל ליפשיץ ע"ה ראש הקהל וויען
Hershel Lipschitz.png
Hershel Lipschitz.png (75.49 KiB) געזען געווארן 2286 מאל

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:37 pm
דורך [NAMELESS]
רעכטס: ר' מיכל אונגער ע"ה (אחיו של הרב החסיד ר' ישעי' משב"ק), לינקס: מחותנו ר' שמעון חיים לעווינשטיין ע"ה, שמעוס'נדיג אין פאפא סוכה.
Mechel Ungar.png
Mechel Ungar.png (63.26 KiB) געזען געווארן 2284 מאל

Re: וויליאמסבורג און איר אידישע היסטוריע

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:55 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך!!

Re: וויליאמסבורג און איר אידישע היסטוריע

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 1:28 pm
דורך חאצקעל שניידער
פארוואס נעמסטו נישט אראפ די פאדאסטע וואטערמארק?

Re: וויליאמסבורג און איר אידישע היסטוריע

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:47 pm
דורך משה פיטות
חאצקעל שניידער האט געשריבן:פארוואס נעמסטו נישט אראפ די פאדאסטע וואטערמארק?

פארוואס יא?

הרב הקדוש מסאטמאר

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 12:58 pm
דורך [NAMELESS]
Satmar Davening.png
Satmar Davening.png (51.89 KiB) געזען געווארן 2077 מאל

הרב הקדוש ר' הערשעלע ספינקא'ר

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
Spink.png
Spink.png (126.35 KiB) געזען געווארן 2076 מאל

האמרי חיים מויזניץ זצ"ל בוויליאמסבורג

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:11 pm
דורך [NAMELESS]
די אמרי חיים געזעגנט זיך פונעם ציבור מוצאי שבת נאכ'ן באגלייטן לי קארנער קיפ סטריט שנת תשי"ד
Viznitz e.y..png
Viznitz e.y..png (77.53 KiB) געזען געווארן 2068 מאל

נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2016 11:43 am
דורך ליפא
IMG-20160215-WA0049.jpg

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 1:20 am
דורך שמעון וואלף
.