בלאט 1 פון 1

ל"ג בעומר - קבר רבי אלעזר הקליר

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 1:52 am
דורך חקרן
האט איינער אמאל געהערט, אז עס איז פאראן א מנהג, אז מען גייט ארויף אום ל"ג בעומר אויפן קבר פונעם פייטן רבי אלעזר הקליר?

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 1:56 am
דורך [NAMELESS]
שוין קודם איז געווען רימנוב, נאכדעם האבן מאנכע אנגעהויבן מאנרא (אותיות מירון) היי יאר איז צוגעקומען באבוב ניו גרזי, יעצט זאגסטו שוין רבי אליעזר הקליר.

פארדעם דארף מען צוריק ברענגן די קאנקארד פליגערס צו קענען דעקן אלעס

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 1:58 am
דורך חקרן
האסט פארגעסן פונעם רמ"א אין קראקא, ווי אויך דעם ריבניצער צדיק וואו פילע אידן פארן אויף ל"ג בעומר.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 3:58 am
דורך קאצקע ציקער
חקרן האט געשריבן:האסט פארגעסן פונעם רמ"א אין קראקא, ווי אויך דעם ריבניצער צדיק וואו פילע אידן פארן אויף ל"ג בעומר.

And for some odd reason האלט עס עזריאל נישט אויס

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 7:06 am
דורך נהורא נפישא
דאס איז שוין א ספק ספיקא, ספק טאקע צו ר' אלעזר בן ר' שמעון ווי אויך די טאטע מחבר ספר הזוהר ליגן בכלל אין מירון, ואת"ל אז יא איז א ספק צו ר' אלעזר בן ר' שמעון איז ר' אלעזר הקליר אזוי האלטן תוס' ועוד ראשונים, אבער רבי וואלף היידנהיים קריגט אויף דעם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 7:09 am
דורך חקרן
יאפ נהורא, איך בין געווען נייגעריג ווי לאנג עס וועט אריבערגיין ביז איינער וועט דאס כאפן, האסטו דאס גראד געכאפט. חן חן לך.