בלאט 1 פון 1

פשט בצוואות רבי יהודה החסיד

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:53 am
דורך נאטירליך
ר' יהודה החסיד איז נתקבל געווארן אין כלל ישראל אלס קדוש וטהור בעל מקובל וכו' און זיין צוואה איז זייער מפורסם, די גדולי הפוסקים ברענגען אים מיט ציטער,
וואס איך וויל פארשטיין אז מיר אידן גלייבן אין אין עוד מלבדו, "יוצר אור ובורא חושך עושה שלום ובורא רע אני ה' עושה כל אלה" זאגט אונז ישעיהו, אז עס איז נישט דא קיין בלינדע שלעכטע כוחות מיט וואס מען דארף זיך ספראווען עיין במו"נ על לאו דאכילת דם, אויב אזוי וואס איז פשט און די אלע אינטערעסאנטע זאכן וואס ער שרייבט,
כדוגמא וואס האט גאט ב"ה געשטערט אז א איד בויט איבער זיין הויז און ער וויל טוישן א וואנט וואו עס איז געוועהן אן עפענונג? און אויב עס איז שלעכט וואס האט אים בארואיגט ווען מען מאכט א קליין לעכל?
אויב איינער קען ארויסהעלפן צו פארשטיין וואלט איך שטארק הנאה געהאט

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:30 am
דורך לית דין בר נש
קוב"ה האט גארנישט גישטערט
אבער עס דרייען זיך ארום רוחות און נשמות אויף דער וועלט האט ר' יהודה החסיד געלאזט וויסן אז די רוחות און נשמות קומען און גייען דוירך אונזער פענסטערס און טירן איז אויב ווילסטו פארבויען דיין פענסטער קען ער זיין אנגעווייטאגט אויף דיר אז די האסט אים אוועקגענומען זיין אריינגאנג אדער ארויסגאנג און ממילא קען ער חלילה מזיק זיין האט ר' יהודה החסיד פשוט גיגעבן א עצה לאז א קליין לעכל ער זאל ווייטער קענען אריין און ארויס והכל על מקומו יבא בשלום.
Anything else?
נאטירליך כל מקדש

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 12:00 pm
דורך נאטירליך
לית דין בר נש האט געשריבן:קוב"ה האט גארנישט גישטערט
אבער עס דרייען זיך ארום רוחות און נשמות אויף דער וועלט האט ר' יהודה החסיד געלאזט וויסן אז די רוחות און נשמות קומען און גייען דוירך אונזער פענסטערס און טירן איז אויב ווילסטו פארבויען דיין פענסטער קען ער זיין אנגעווייטאגט אויף דיר אז די האסט אים אוועקגענומען זיין אריינגאנג אדער ארויסגאנג און ממילא קען ער חלילה מזיק זיין האט ר' יהודה החסיד פשוט גיגעבן א עצה לאז א קליין לעכל ער זאל ווייטער קענען אריין און ארויס והכל על מקומו יבא בשלום.
Anything else?
נאטירליך כל מקדש

ייש"כ זייער גוט געזאגט, אבער ווען מעו קוקט אריין אין די צוואה http://he.wikisource.org/wiki/%D7%A6%D7 ... 7%99%D7%93
איז עס זייער spooky און עס איז מיך שווער צו פארשטיין אז כולם בחכמה עשית פארוואס איז דא די מציאות פון spookiness. די אלע זאכן האט לכאורה נישט צוטוהן מיט מאראל עטיק אדער קדושה, א"כ למה זה אנכי

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 4:26 pm
דורך פלאוויוס
נאטירליך, מ'מוז אננעמען אז ס'זענען דא פארשידענע שיטות אין יהדות אליין. מ'קען נישט אלעמאל פאראייניגן אלע דעות. דער רמב"ם איז מחולק מיט רבי יהודה החסיד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 5:22 pm
דורך נאטירליך
פלאוויוס האט געשריבן:נאטירליך, מ'מוז אננעמען אז ס'זענען דא פארשידענע שיטות אין יהדות אליין. מ'קען נישט אלעמאל פאראייניגן אלע דעות. דער רמב"ם איז מחולק מיט רבי יהודה החסיד.

עס איז ריכטיג אז עס איז דא מחלוקת פון די רמב"ם און מיט אנדערע ראשונים אויף supernatural זאכן, אבער דאס איז א universal מיינונג ביי אידן אז דער רבוש"ע האט באשאפן די וועלט מיט חכמה, מיין שאלה איז וויאזוי spooky זאכן האבן א מקום אין חכמה, וואס איז דער משמעות אדער תכלית פון דעם? און וואס טוט דאס פאר א מענטש חוץ זיין נערווענדיג.
לדוגמא די 2 סעיפים
לח. לא ילך אדם מביתו לדרך ויחזור לביתו אם שכח איזה דבר רק יעמוד לפני הבית לישאול מה שצריך.
לט. לא ימשח אדם מנעליו ביום שדעתו לילך לדרך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 6:01 pm
דורך שמעקעדיג
די גרעסטע פלא פון אלעם איז אז מען האט אנגענומען זיינע ווערטער כנתינתן מסיני, זאכן וואס מען האט קיינמאל נישט געטראכט פון מאכן אן אישו דערוועגן, איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן א פחד צו טון אנדערש ווי ער שרייבט. הלא דבר הוא.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 6:04 pm
דורך פלאוויוס
[tag]נאטירליך[/tag], לויטן רמב"ם איז דיין קשיא נישט שווער. לויט רבי יהודה החסיד דארף מען זאגן אז ס'איז נאך איין פרט צווישן די טויזנטער זאכן אין דער בריאה וואס מיר פארשטייען נישט.

דו רעדסט אבער וועגן "נערוועז ווערן", און דאס איז שוין זיכער תלוי אין יעדן יחיד פאר זיך. אויב פילט עמיצער אז ס'נעמט אים איבער צו שטארק וואלט איך אים זיכער געראטן אנצונעמען כדעת הרמב"ם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:02 pm
דורך נאטירליך
טייערע פלאוויוס, לאמיר פרובירן צו פארשטיין וואס דו זאגסט
איך וויל ממחיש זיין אביסל דער רמב"ם מיט ר' יהודה החסיד. לאמיר זאגן אז דער רמב"ם שטעלט פאר יובל שרלו, ר' יושע בער סולוביציג מבאסטאן מהר"ץ חיות און ר' יהודה החסיד שטעלט פאר דער ריבניצער זי"ע ר' איציקעל מפשעווארסק ר' שלומ'קע זעוויהלער, צד הרמב"ם נמנו וגמרי אז וואס עס שטימט נישט מיט שכל איז נישט פארהאנען, צד ר' יהודה החסיד נמנו וגמרו אז למשל פיצן די שיך פאר מען פארט ארויס איז א סכנה,
איך בין א פשוטע איד איך הער וואס צד ר' יהודה החסיד זאגט און איך האלט נישט אז זיי דמיונ'ען אויף כח, איז לכאורה יש דברים בגו, איי דער צד הרמב"ם טענ'עט אז עס איז נישט אמת, לכאורה קום איך צו די החלטה אז זיי רעדן פון צוויי אנדערע point of veiw ער רעדט פון שכל און רעדט פון עפעס א טיעפע מיסטישע פארבארגענע חלק אין דער מענטש, פרוביר איך צו שלום מאכן צווישן זיי, זאגסטו מיר אז מען קען נישט, יתכן, אבל אז אין שלום בעצמי, עס פעלט אין הארמאניע, אין אחדות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:54 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:די גרעסטע פלא פון אלעם איז אז מען האט אנגענומען זיינע ווערטער כנתינתן מסיני, זאכן וואס מען האט קיינמאל נישט געטראכט פון מאכן אן אישו דערוועגן, איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן א פחד צו טון אנדערש ווי ער שרייבט. הלא דבר הוא.

שמעקעדיג: ניין. ווייל ס'איז שוין געווען כמה מעשיות ווי מ'האט געטון אנדערש ווי ר"י החסיד זאגט און ס'איז ל"ע ארויסגעקומען אומגליקן. נעם למשל די חלק וואו ער זאגט אז צוויי ברידערס זאללן נישט וואוינען אין איין הויז. און ער ברענגט א רמז פון א פסוק אין די תורה..."כי ישבו אחים יחדו ומת אחד מהם"...און ס'איז שוין געשעהן ל"ע אז איין ברודער איז נפטר געווארן פאר די צייט....מ'קען עס תולה זיין אין א נאטורליכע געשעעניש...מענטשן שטארבן דאך. אדער קענמען זאגן אז ס'געשעהן ווייל מ'האט נישט געפאלט. עכ"פ מענטשן האבן מורא צו טשעפען מיט אזאלכע זאכן. אבער ס'איז דא א יש אומרים אז ר"י החסיד האט עס נאר געשריבן פאר זיינע קינדער...!
אדער די צוואה אז א שוויגער מיט א שנור זאללן נישט האבן די זעלבע נאמען. די אלע זאכן האבן אויך א פראקטישן און לאגישן הסבר...! א סאך זאכן זענען טאקע אומפארשטענדליך פאר אונז...!

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:31 am
דורך [NAMELESS]
פוצן די שיך געדענק איך צו זעהן צוברענגען א טעם (דוכט זיך אינעם ספר אהלך באמיתך ) מחשש אז מען וועט זיך tripp'ן אונטערוועגנס אויף די נאסע שיך.

Re: פשט בצוואות רבי יהודה החסיד

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:37 am
דורך נולד מאוחר
נאטירלך, די קוקסט אן די גאנצע בריאה פון דיין קוק ווינקעל און ספארשטייט זוך נישט וואס עפעס איז דא ספאקי פארבארגנע זאכן. להוי ידוע כהאב געליינט קאווע שטיבעל פון די רוחות רעות, זיי האבן נישט קיין סיטיפיעלד און וואקסמאן סאו דארט האט יעדער אינטרנט. פרעגט דארט די ניק נאטירלך, פארוואס האט דע אייבישטער באשאפן מענטשהייט וואס טוט זאכע משוגע סכנהדיגע זאכן, ווי צימאכן אונזרע לעכער, פיצען שיך.

קענסט צילייגן נאך א שלב צי דיינע שאלות, וואס עפעס טשעפנען די רוחות נאר דע מענטשען וואס גלייבן אין זיי,
סוואלט ווען געדארפט זיין פונקט פארקערט?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 1:35 pm
דורך נאטירליך
:arrow:
ריכטיג האט געשריבן:פוצן די שיך געדענק איך צו זעהן צוברענגען א טעם (דוכט זיך אינעם ספר אהלך באמיתך ) מחשש אז מען וועט זיך tripp'ן אונטערוועגנס אויף די נאסע שיך.

א שיינע תורה.....
אם כדבריך וואלט געדארפט שטיין אזוי "לעולם יהא אדם נזהר כשמושחין הנעליים שלא לילך עמהם כל זמן שהן רטובות, פן יפול ארצה" עפעס נאר אין וועג קען מען זיך אויסגליטשן? אויך האט ר' יהודה החסיד נישט געארבעט פאר די רעגירונג צו לייגן warning labels אויב יא וואלט די נעקסטע סעיף געדארפט שטיין אזוי "שלא לגהוץ בגדים בברזל חום שיש לו חוט הנגרר על הארץ בבית שרצים שם ילדים"

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 3:30 pm
דורך moshav zekeinim
רבי יהודה החסיד היה נתפס בעולם המיסטיקה הכללית של מערב גרמניה ‫גלילות הריין

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 3:52 pm
דורך moshav zekeinim
יש אומרים שכמה איסורים בצוואה הם הזהרות מפני סכנות שהיה שכיח באותם המקומות

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 4:23 pm
דורך נאטירליך
moshav zekeinim האט געשריבן:רבי יהודה החסיד היה נתפס בעולם המיסטיקה הכללית של מערב גרמניה ‫גלילות הריין

מי קבע את זה, ומה זאת אומרת, און אנדערע ווערטער וואס ווילסטו ארויברענגען?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 4:50 pm
דורך moshav zekeinim
ידוע מספרי אומות העולם שהרבה הזהרות מהצוואה הי' נהוג גם אצל הגויים שם באותו תקופה

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 4:55 pm
דורך נאטירליך
moshav zekeinim האט געשריבן:ידוע מספרי אומות העולם שהרבה הזהרות מהצוואה הי' נהוג גם אצל הגויים שם באותו תקופה

מקור?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:02 pm
דורך moshav zekeinim
ז"א שהרבה מהזהרות היה בסך הכל נורמות במדינות אלו כמi בבל בזמן הגמרא

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:28 pm
דורך moshav zekeinim
לדעת חלק מהפוסקים כמו הנודע ביהודה, ייעד רבי יהודה את הצוואה רק לצאצאיו, או לאנשים מסוימים מצאצאיו, או רק לזמן מוגבל‏. ככלל סירב ה'נודע ביהודה' להתעסק בנושא, וכתב: "אהובי תלמידי לולא אהבתך אין דרכי להשיב בעניינים כאלו דברים שאין להם שורש בתלמוד ובפוסקים, אך גודל אהבתך הוציאני חוץ לגדרי...שאין לכל חכמים שאחר התלמוד רשות לומר דבר נגד התלמוד והאומר דבר לסתור קוצו יו"ד מדברי התלמוד לא יחשב בכלל חכמי ישראל...חייבים אנו למשכוני נפשין לתרץ דבריו שלא דבר רק לשעה או למשפחה פרטית ודברי תלמוד הם על הכלל...ואם היה החסיד מצוה צוואה זו לכל ישראל הרי הוא סותר לדברי תלמוד והיה אסור לנו לקבל דבריו כלל".

היו בין הפוסקים כמו החתם סופר שסברו שהצוואה תקפה רק למי שחושש ומקפיד עליה (בדומה להתבטאות הגמרא על מנהגים שנעשו כדי למנוע סכנה כביכול: "מאן דלא קפיד - לא קפדינן בהדיה")‏ אמנם עם פרסומם של כתבי-היד והמהדורות הראשונות התגלתה כותרת (עם שינויים קלים) בראש הצוואה כדלהלן: "אלו ל"א צוואת שציוה רבינו יהודה החסיד לכל העולם לכל הפחות לזרעו לקיימם. כלומר, יש בסיס לשתי הגישות המסורתיות– הצוואה אכן מיועדת לכולם, אך במיוחד, ו"לכל הפחות" על "זרעו לקיימם". הרב מרדכי אליהו‏ סובר שעל בני עדות המזרח לנהוג באותן אזהרות מצוואת ר' יהודה החסיד שהובאו בספר זבחי צדק‏. במקרה של כלה ששמה כשם אם החתן, הורה הרב אליהו לזוג להתחתן ולקרוא לכלה בשם קיצור (מירי במקום מרים).
יקיפדיה

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:41 pm
דורך moshav zekeinim
נאטירליך האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:ידוע מספרי אומות העולם שהרבה הזהרות מהצוואה הי' נהוג גם אצל הגויים שם באותו תקופה

מקור?

giderman

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:57 pm
דורך מאטי
קען מען דען נישט מאכן א שטודיע איינמאהל פאר אלעמאל ונראה למי החותמת?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 6:02 pm
דורך הוגה
מאטי האט געשריבן:קען מען דען נישט מאכן א שטודיע איינמאהל פאר אלעמאל ונראה למי החותמת?


אויב מאכסטו שוין א שטודיע האב איך א לאנגע ליסטע צוצולייגן.

עשר בשביל שתתעשר
למען יאריכון ימיך
די שאדן פון האבן אינטערנעט אינדערהיים
איבערגעדרייטע קאפל פאר קאפ וויי
קופת העיר
ברכות פון אלע רביס
משביעו רעב מרעיבו שבע

וואס נאך?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 6:13 pm
דורך מאטי
עשר בשביל שתתעשר humbleness is a great business tool

למען יאריכון בעולם הבא

אינטערנעט אינדערהיים איז די שאדן (אויב ס'דא) א תוצאה פון די מעשה אליינס לכ"ע.

איבערגעדרייטע קאפל קען זיין א פלאציבע אפעקט.

קופת העיר מיט רבי'ס איז bs) Bologna stories אין קורצן,) לויט רוב ארטאדאקסן.

משביע רעב איז סוביעקטיוו און לאזט זיך נישט שטודירן.