בלאט 1 פון 1
געהאקטע צרות פאר עמעזאן פארקויפער
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:18 pm
דורך [NAMELESS]
גוגל האו געטוישט זייערער פרייזן פאר גוגל עד׳ס, עמעזאן וואס פלעגט אייביג האבן די ערשטע עד אויף גוגל האט נישט געהאלטן ביים צאלן די נייע פרייז, פארשטייט זיך אז זיי זענען מער נישט די ערשטע אויף גוגל ווען מזיכט א אייטעם.
סעילס פון אלע סעללער׳ס אויף עמעזאן איז געפערליך אראפ, סאיז דא ריזיגע סעללער׳ס וואס זאגן אז 2015 גייט זיין זייער ערגסטע יאר אויף עמעזאן און סאיז שוין נישט מעגליך צו פארעכטן.
א קיצור מאיז געוואר געווארן אז גוגל איז דער בעה״ב נישט עמעזאן.
אויף די עמעזאן זייטל ווי סעללער׳ס רעדן זיך דורך איז נעכטען נאכט געווען א שמועס פון אסאך סעללער׳ס ווי יעדער רעדט זיך אפ אז סאיז געבראטענע צרות, די סעילס פאלן ווי מעשיגע. עמעזאן מיט זייער פערפעקטיזם האט אפגעשפארט דער שמועס,(אזוי קוקט אויס ווייל איך טרעפ עס נישט מער) דער וואס האט עס אנגעהויבן קען מער נישט שרייבן אויף די עמעזאן פארום.
לאמיר הערן וואס דער עולם דא אין שטיבל וואס פארקויפט אויף עמעזאן האט צו זאגן, איז אייערע סעילס ארויף אדער אראפ?
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:30 pm
דורך לית דין בר נש
איך בין נישט קיין סעללער אבער איך בין א בייער
און גראדע יעצט אויפן מינוט בין איך זייער אין כעס ווייל איך האב מאנטאג באשטעלט א פראדאקט וואס גיווענטליך ווען איך באשטעל עס ביי זיי באקום איך עס אין צוויי טאג און דערווייל האט עס נאכנישט אפילו געשיפט
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:33 pm
דורך געוואלדיג
והסר כעס מליבך
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:33 pm
דורך [NAMELESS]
לית דין בר נש האט געשריבן:איך בין נישט קיין סעללער אבער איך בין א בייער
און גראדע יעצט אויפן מינוט בין איך זייער אין כעס ווייל איך האב מאנטאג באשטעלט א פראדאקט וואס גיווענטליך ווען איך באשטעל עס ביי זיי באקום איך עס אין צוויי טאג און דערווייל האט עס נאכנישט אפילו געשיפט
האסט זיי געפרעגט וואס סגייט פאר?
וועלכע דעליווערי דאטום איז געשטאנען ווען די האסט עס געקויפט?
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:46 pm
דורך לית דין בר נש
די דעליווערי דאטום איז טאקע גיוועהן צווישן היינט און מאנטאג 8-11 אבער גיווענליך קומט עס אהן אין צוויי טאג און יעצט האט עס נאכנישט געשיפט אויף די סייט שטייט אז עס גייט שיפן היינט
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:47 pm
דורך [NAMELESS]
ני וואס ווילסטו?
זיי האבן דיר געזאגט פארדעם אז סגייט אנקומען שפעטער.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
צוריק צום שמועס
ביטע נישט פארדרייען.
מיר ווארטן צו הערן וואס דער עולם זאגט, אויב די פארקויפסט אויף עמעזאן אדער האסט א חבר, משפחה וואס פארקויפט, לייג ארויף דיין/זיין מיינונג.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:51 pm
דורך לית דין בר נש
נעה אייביג שרייבן זיי צווישן 5 צו 7 טעג אבער עס קומט אסאך שנעלער אין מיין עקספיריענס און יעצט ווען איך דארף עס וויכטיג איז עס נישט דא
עניוועי צוריק צום נושא פון די סעללערס
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 2:05 pm
דורך בן תמליון
פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר זאגט ר' עזריאל. גוגל האט קיין פרייזן נישט געטוישט און עמעזאן פלעגט נישט אייביג זיין די ערשט עס איז א ביד. זיי פלעגן ספענדן ארום 200,000 א טאג אויף גוגל האבן זיי געטוישט? האט איר א לינק צו די נייעס? דוכט זיך רוב עמעזאן קונים קומען דירעקט נישט דוקא פון גוגל.
זיכער איז עצה טובה דער עולם זאל אויפהערן זיין עמעזאן ארבעטער און ארבעטן צו אויפבויען סעילס אויף אייגענע וועב סייטס דורך גוגל, אימעיל אא"וו.
Re: געהאקטע צרות פאר עמעזאן פארקויפער
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 2:41 pm
דורך נופת צופים
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איז נישט עמעזאן די ערשטע ביי די דזשענעריק ריזאלטס?
לויט ווי איך פארשטיי, איז די מדובר דא פון די עדס וואס קומען ארויף אויבן. די נעיטיוו ריזאלטס ווערט נישט פארקויפט אוו קיינער איז נישט פארזיכערט מיט אן אויבן אן.
Re: געהאקטע צרות פאר עמעזאן פארקויפער
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 2:57 pm
דורך ל.רוזן
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איז נישט עמעזאן די ערשטע ביי די דזשענעריק ריזאלטס?
די מיינסט organic results ?
Re: געהאקטע צרות פאר עמעזאן פארקויפער
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 3:27 pm
דורך נופת צופים
נופת צופים האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:איז נישט עמעזאן די ערשטע ביי די דזשענעריק ריזאלטס?
לויט ווי איך פארשטיי, איז די מדובר דא פון די עדס וואס קומען ארויף אויבן. די נעיטיוו ריזאלטס ווערט נישט פארקויפט אוו קיינער איז נישט פארזיכערט מיט אן אויבן אן.
ל.רוזן האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:איז נישט עמעזאן די ערשטע ביי די דזשענעריק ריזאלטס?
די מיינסט organic results ?
Organic, native, generic נו, ס'אלעס די זעלבע. ער רעדט פון דעם.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 2:24 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
איך בין אריבער צו וואלמארט. כקויף שוין גארנישט אויף עמעזאן. כ׳געדענק אפילו מער נישט פארוואס כהאב געמאכט די טויש.