בלאט 1 פון 1

זענען דיינע קינדער זיכער?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 3:27 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך האב געטראפן דעם ווידאו, און איך האב א טרייסל געגעבן...
https://www.facebook.com/24957167184454 ... =1&theater

מען קען רעדן און רעדן, אבער ווען עס קומט למעשה... א פחד קען ארומנעמען.

Re: זענען דיינע קינדער זיכער?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 4:51 pm
דורך א איד
לאמיר זעהן אזא ווידיאו ביים היימישן עולם, וויאזוי דער עולם וועט ריספאנדן.

Re: זענען דיינע קינדער זיכער?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:35 pm
דורך HotCoffee
די היימישן עולם'ס קינדער זענען בדרך כלל זייער דערשראקן פון דאגיס...

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:39 pm
דורך געוואלדיג
ביי מיר אינדערהיים איז שוין געווען די עקספערימענט, ווען א מיני ווען האט זיך אריינגעצויגן אין מיין דרייוועי און מיין קליינע מיידל וואס האט נישט דערקענט די ווען אלס איינע פון די קארס וואס באלאנגען דארט און האט דער דרייווער אויך נישט געקענט, איז זי שנעל ארויף געקומען צו לויפן אז עפעס א פרעמדע קאר איז אין דרייוועי און עפעס א פרעמדע מענטש איז דארט, ב"ה.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:54 pm
דורך הוגה
געוואלדיג האט געשריבן:ביי מיר אינדערהיים איז שוין געווען די עקספערימענט


דאס איז נישט די עקספערימענט. די עקספערימענט וועט זיין ווען א היימישע איד וועט שמועסן מיט דיין בחור'ל סיפורי צדיקים ביים רבינ'ס טיש, אדער טיילן דאונאטס חנוכה אויפן גאס לעבן דיין הויז. לאמיר זעהן וואס דיין קינד וועט דעמאלטס טון.

דער קליפ איז שרעקעדיג.