בלאט 1 פון 2
היכי דמי שלעכטע מענטשן??
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 9:45 am
דורך קאמפיאטער
וויליאמסבורג איז פארפלייצט געווארן מיט צעטלען פארקלעפט אויף די ווענט אויף געהאנגען אין אלע בתי מדרשים עס פאדערט אין עס קלערט אויף דעם עולם אז די יוגענט איז אין א סכנה!! הלמאי מען פארקויפט א כלי אין די גאסן אין די יוגענט דרייט זיך ארים דערמיט דאס איז נישט מער אין נישט ווייניגער ווי דער כלי המשחות דער סאנסא קליפ!! אוי מיין הענט ציטירען ווי נידריג אינזער דור איז שוין ליידער.
האט איינער פין אייך שוין געזען א סאנסא?? איינס יא מען קען טאקע ארויף לייגן עפעס אין דורך דעם צירוק ברענגען דעם ראדיא אבער וואס?? איינער וואס האלט דארט וועט נישט העלפן צירוק צי גיין צי טעיפריקארדערס ווי דער שרייבער פאדערט אויף פינעם ציבור.
איינע פין די פראבלעמען שרייבט ער דארט איז וואס? ווידיאו!! איז דען שייך צי זען דארט ווידיאו? איך מיין אז אפי' נאכן אינסטעלירען דעם פראגרעם קען מען קיין ווידיאו אויפן סאנסא נישט זעהן,דאס איז אויסגעזויגען פין פינגער.
אין אפי עס איז יא שייך נעבעך פאר אזא איינעם וואס גייט זיך באהאלטן אין בית הכבוד פאר א האלבן שעה כדאי צי זעהן עפעס אויף אן איין אין א האלב אינטשיגען סקרין וואס א חוץ גרין אויף שווארטץ קען מען דארט גארנישט זעהן.
איך מיין ניצט אייער דשעלי אין קאפ איז עפעס ראנג דערמיט?? ווען א טאטע קויפט דאס פאר זיין משפחה אין מען הערט דערויף מוזיק אין מעשות אינדערהיים?
וואס ווי פיי ווען וויי פיי?? קיינמאל מיטן סאנסא ניטאמאל אפי קאזינס!!
ארויף צי לייגן די פראגרעם אויפן סאנסא איז בכלל נישט אזוי גרינג ווי דער שרייבערל וויל פארקויפן פאר די אזוי שוין אויך צים טויט דערשראקענעם טאטן וואס די עתיד פין זיין קינד איז פין איין מינוט אויפן צווייטן אריין אין חזקת סכנה דורכן סאנסא וואס ער האט פריש געקויפט ביי זיך איך שטיב.
איז דען אויף טעיפריקארדערס נישט דא קיין ראדיא אז די האסט נישט די ביסעל טראסט אינעם קינד אין אפי' די האסט שוין אראפ גענימען די ראדיא דערפין וועט ער עס אינטער דיין ריקן צירוק לייגן וואספארא לעזונג וועט זיין דאס צירוק גיין צי טעיפריקארדערס???
אין די געמס וואס עסס קימט מיט איז נאך עניטיים אזוי כשר ווי די 1995 אפגרעיטעט טיים אויטס וואס אלע קינדער פלעגן טראגן אין קעמפ אין שפילן דערמיט טאג אין נאכט וואס האט עס שוין הענג מען? וואס נאך? וואס איז אזוי גויאיש??
נאר קים איך צי צים מסקנה זיי זענען שלעכטע מענטשן זיי זעמען געבארן מיטן טבע מוחה צי זיין עס איז פאר זיי א תאווה ווי אלע תאוות איך אפי עס איז נישט דא אויף וואס מוחה צי זיין וועלן זיי אינטער די ערד טרעפען עפעס טויט צי רויט!
זענט איר נישט איינשטימינג מיט מיר?
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 11:04 am
דורך אלבערט
איך קלער ערנסט אז די זינלאזע מחאות וואס ווערן געהאנגן יעדע וויילע, זענען גאר א טייל פון די ארויסגעפאלענע און אפגעפארענע וואס זוכן אונטערצוברענגען דעם כח פון די רבנים ווען עס האנדלט זיך פון אן ערנסטע פראבלעם... דאס רעדן פון כל מיני שטותים אין די צייט ווען עס ברענט א פייער, איז די דירעקטע ארבעט פונעם שטן!
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 11:21 am
דורך [NAMELESS]
זייער שיין געשריבן קאמפיאטער, אבער וואס איז א סאנסא קליפ??
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 11:29 am
דורך קאמפיאטער
דאס איז אט די שוידערלעכע כלי פין וואס מען מיז זיך באהיטען!!
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 12:22 pm
דורך משה רוקח
השם ישמרנו! איך בין ווערטערלאז אויף די גרויסע טיפשות פון די צודרייטע משוגעים!
פארוואס זאל איך צוהערן די רבנים און עסקנים ווען זיי הייסן מיר לייגן א פילטער אויף מיין סעלפאון און קאמפיוטער ווען זיי מאכן זיך צודרייט אויף אזעלכע נארישקייטן?
וויאזוי זאל איך וויסן וועלכע פון זייער בויך דרייענישן איז בארעכטיגט און וועלכעס נישט?
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 1:35 pm
דורך אברעמעל
ווי זעהסטו רבנים צו עסקנים,
א צעטיל אן א נאמען האט די זעלבע דין ווי א פאשקעוויל ..
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 1:44 pm
דורך יואליש
אברעמעל האט געשריבן:ווי זעהסטו רבנים צו עסקנים,
א צעטיל אן א נאמען האט די זעלבע דין ווי א פאשקעוויל ..
ביליגע קאופאוט!
אז דאס הענגט אין ביהמ"ד זייט ביי זייט מיט די רבנים'ס קו"ק, בעת וואס איך קען
נישט הענגן וואס
מיר שמעקט, איז א סימן אז די רבנים און עסקנים טאלערירן עס, כל זמן דאס צעטעל איז גענויגט צו רעכטס און האט כשר'ע חזר פיסלעך. סאו אויב איז די עקסטרעמע זינלאזע צעטל א שאדן פאר די טראסט אין די רבנים, זענען די רבנים פאראנטווארטליכט דערויף. העטן זיי נישט געוואלט אז יעדער שמויגער זאל קענען ציען די וואגן צו זיין רעכטן ווינקל, העטן זיי זיך ווען קעגנגעשטעלט. ודו"ק.
דאס צעטעל, יא אינטערגעשריבן, נישט אינטערגעשריבן, האט אן אפעקט אויף מענטשן. א תמימות'דיגע פאטער גייט באלד ליארמען אויף זיין טאכטער און האקן אויפן טיש: כ'לאז נישט קיין "גע'אסר'טע" עם פי 3ס!!!
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 2:08 pm
דורך קאמפיאטער
די זעלבע איז מיט די לעצטע אויפפאדערונג קעגן די קיאסקס וואס??? וואס ווילסטי פינקטלעך?? ער האט שוין ארויס געטראגען די "קאמפיאטער" פין שטיב פיין, ער מיז דאך אבער יא אמאל ציקימען צי אינטערנעט צי ער דארף עפעס באשטעלן אדער עפעס אנדערש, איז וואס ווילסטי פין דעם אימשילדיגען איד?? איז דאס בכלל א מהלך?? מאכט דאס נישט מער שאדן?? זיי האבן ממש נישט קיין שכל? זילטש?
דאס איז ממש א חורבן אין מיינע אויגן!!
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 5:41 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אינדערהיים ביי מיר 2 סענסע קליפס. די ראדיא איז ארויסגענומען. און אלעס איז כשר וישר. מען קען נישט זעהן דערויף קיין ווידעאו.
די רבנים אדער עסקנים, וועלכע קענען נישט די מעשה מיטן בחור און דעם קאטשקע, זענען ווי יענער ראש ישיבה וועלכער האט בא'שגצ'ט א בחור פארן רעדן פון א טאפ, ווייל אין א טאפ קאכט מען, און ביי א חתונה (ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין) קאכט מען אויך, ממילא קען עס אריינברענגען מחשבות זרות רח"ל.
ווייסן מיר דאך אז חז"ל האבן נישט גוזר געווען גזירה לגזירה, אדער אטו חשש רחוקה, אדער צוליב א רוח שאינה מצויה, וכו'.... אבער די היינטיגע חברה זענען פרומער פון אלע דורות.
משוגעים איז א אנדערסטעיטמענט.
איך וואלט געזוכט א דזשאב פאר זיי אבער איך ווייס אז קיינער גייט זיי נישט אננעמען, יעדער ציטערט פון זיי אין די הויזן... און אויך אין די העמד....
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 3:09 am
דורך טעלעפאן
אין אנדערע ווערטער.... זיי זענען פשוט׳ע ״קאנטראל פריקס״. און אך און וויי אויב איך וועל ארויסקומען אויפן גאס מיט ״מיינע״ שלעכטע מידות... אבער פאר זיי איז דא אומבאגרעניצטע טאלעראנץ
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 3:37 pm
דורך קרעקער
דע אלע קאנטראלער פריקס ואס זענען ביזי מיט אנדערענס עבירות זענען גרויסע בעלי תאוה ובעלי עבירה זיי שטילען זייער געמיינע געוויסען פין זינד אין טומאה דורך טין אין קדושה און עסקנות ואס זיי רעדען זוך איין אז עס איז כבוד שמים
כהאב געהערט פין א ערליכע יוד אז סאיז סאך א גרעסערע אין געמיינערע תאוה קעיר צי נעמען אין קאנטראלען איינעם ואס איז דורכגעפאלען מיט א עבירה - ווי צי טין די עבירה זעלבזט
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 3:43 pm
דורך משכיל
אויב מען זאל קענען מאכען אן אימעדש פון זייערע מחשבות וואלט עס א ודאי געווארען געבלאקט ביי עני פילטער
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 4:23 pm
דורך קרעקער
ועגגען דעם זענען זיי אזוי שטארק פאר פילטערס
אויכ לאזען די פילטערס נושט זיך באקענען מיט זייערע מושחתדיגע פעולות ואס ווערט צימאל אויסגעשמיסט אין שטיבלעך ווי דא
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 5:42 pm
דורך ניו יארק
איך מיין אז מען וואלט ווען געדארפט מאכן א כינוס פאר די אלע "שלעכטע מענטשן", און אינז פשוטי בני עם וועלן אויפטרעטען דארט...
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 6:24 pm
דורך געפילטע פיש
נוי יארק האט געשריבן:איך מיין אז מען וואלט ווען געדארפט מאכן א כינוס פאר די אלע "שלעכטע מענטשן", און אינז פשוטי בני עם וועלן אויפטרעטען דארט...
דעי
אסיפה איז שוין פארגעקומען א שטיק צייט צוריק.
נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 12:48 am
דורך שמעקעדיג
איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.
נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 10:06 am
דורך לעמיל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.
מן הסתם מיינען זיי דעיס
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:34 am
דורך חאצקל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.
דער נוסח וויאזוי ס'איז געשריבן איז זייער ראדיקאל. ס'שמעקט מיט די עקסטרעמיסטן. מ'קראצט אפיר מעגליכע קאנסעקווענסן מיט קידוש לבנה אותיות ווי זיי וואלטן געווען דער דירעקטער אדער כמעט דירעקטער וועג צום תהום
ס'דא אויכעט א נארמאלע וועג וויאזוי אויפמערקזאם צו מאכן, ס'מוז נישט זיין מיט אזעלעכע עביוזענדע געוואלדעס,
אמסארי, דאס הייסט ביי מיר געברעינוואשט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:38 am
דורך ציבעלע-קיגל
אידן האטס רחמנות, די רע-בנים האבן נעבעך נישט וואס צו טוהן א גאנצען טאג עפעס מוז מען אסר'ן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 11:48 am
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.
מן הסתם מיינען זיי דעיס
עס איז דאך בהכרח אז זיי מיינען נישט דאס נאר אפילו די פשוט'ע סאנסא שפילערס. ווייל אויב מיינען זיי די נייערע סארט, דארפן זיי דאך נישט שרייבן אז מיר וועלן במסירות נפש צוריקגיין צו טעיפריקארדערס און סי די פלעיערס. מ'קען דאך צוריקגיין צום אלטן סארט סאנסא פלעיער!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 12:05 pm
דורך שמעקעדיג
יידל, מיט דיין גרונטליכקייט קען מען נישט קריגן!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:01 pm
דורך No_name
וואס איז מיטן צעטל אז קיינער טאר ח"ו נישט האבן אין שטוב די גע'אסר'טע MP3 און MP4.....
סיריעסלי? מ'טאר שוין נישט האבן קיין MP4? וואס איז מיט WMA? און AVI?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:06 pm
דורך נפתלי
יידל האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.
מן הסתם מיינען זיי דעיס
עס איז דאך בהכרח אז זיי מיינען נישט דאס נאר אפילו די פשוט'ע סאנסא שפילערס. ווייל אויב מיינען זיי די נייערע סארט, דארפן זיי דאך נישט שרייבן אז מיר וועלן במסירות נפש צוריקגיין צו טעיפריקארדערס און סי די פלעיערס. מ'קען דאך צוריקגיין צום אלטן סארט סאנסא פלעיער!
זיי מיינען נישט די אלטע און נישט די נייע,
אויב איז דא א גאנצע אשכול וואס דעבאטירט זייערע שטותים זענען זיי צופרידן, אטא דאס מיינען זיי...