הרב משה שפירא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
[NAMELESS]

הרב משה שפירא

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי איבערבליקנדיג מיינע אלטע תגובות דא אין שטיבל האב איך זיך באגעגנט שרייבן ערגעץ וועגן דעם איד האב איך זיך גענומען די מיה צוזאמצוקלייבן אביסל אינפארמאציע פאר אן אשכול, והא לכם.


הרב[/url] משה שפירא איז גאר אן אינטרעסאנטער פערזענליכקייט, א ליטווישער גאון מבהיל און אן אויסטערלישער ארגינעלער בעל מחדש בעיקר אינעם תחום פון אגדה און מחשבה, ער גיבט בערך דרייסיג שיעורים א וואך בכל מקצועות התורה. [tag]לעיקוואד[/tag] אין א בגילופינ'דיגע תגובה לייגט איהם גאר העכער פון ר' צדוק הכהן.

ער איז געבוירן אין שנת תרצ"ה, געלערנט אין חברון און אין פאנאוויטש און געהאט א נאנטע שייכות מיטן בריסקער רב זצ"ל. במחשבה האט ער מקבל געווען פון הרב דעסלער הרב הוטנער און פון ר' מאיר פון אמשינאוו מיט וועלכער ער איז געווען א שכן. און פון די ספרים פון מהר"ל רמח"ל קבלת הגר"א ותלמידיו רי"א חבר לשם שבו ואחלמה ר' ירוחם ממיר און לויט ווי מאנכע זאגן אויך פון מי השילוח וספרי ר' צדוק ושפת אמת.

במשך ימי חייו האט ער משמש געווען אין פארשידענע מוסדות התורה, בעיקר אין מוסדות פאר בעלי תשובה, און אסאך קירוב רבנים זענען זיינע געשוואוירענע תלמידים ביניהם הרב עקיבא טאטץ הרב מרדכי בכר הרב דוד ארלאפסקי ועוד.

זיין מערסט באקאנטע שיעור איז לכאורה דעם דאנערשטאג נאכט שיעור וועלכער מען קען הערן אויף קול הלשון, ווי אויך זיין ת"ב שיעור וועלעכע איז זייער פאפולער אין ירושלים, אויסער דעם דעם גיבט ער שיעורים אין די מוסדות וואו ער איז איינגעשטעלט און אויך שיעורים פאר קלענערע חבורות אויף א פארמאכטע פארנעם אויף פארשידענע דרגות.

זיין עיקר תחום איז ווי געשריבן מחשבה, אין וועלכער ער איז א מחדש א יחיד במינו, משלב אגדות חז"ל מיט פילאזאפישע מושגים און קבלה ענינים באופן נפלא.. זייענדיג אמאל ביי זיין שיעור לאזט זיך זאגן אז אינו דומה שמיעה לראיה, מען זעהט ווי ער מעדיטעיט ממש מיטן געדאנק וואס ער זאגט. א חלק פון זיינע געדאנקען זענען געדרוקט געווארען דורך זיינע תלמידים אין די ספרים אפיקי מים ממעמקים רעה אמונה דעת אמונה דעת שבת.

בנוגע זיין השקפה איז ער אויך קאנטראווערסיעל, עס הייסט אז הרב שך איז ארויסגעקומען אנטקעגן איהם פון די אנדערע זייט איז אבער גאר א שטארקער פונדאמענטעליסט באקאנט מיט זיין גאר שארפער בריוו אנטקעגן סליפקין וואס סליפקין האט זיך כדרכו גאר ערנסט צוקראצט זיין תלמיד שמעלצער דער מו"ל אפיקי מים האט ארויסגעגעבן א ספר חיים באמונתם אנטקעגן סליפקין און סליפקין איז נישט שטיל געבליבן.

למעשה איז ער א שטארקע מבקר אויפן חרדי'שן סיסטעם און ער גלייכט מער תלמידים בעלי תשובות וואס זענען לדעתו אסאך מער אפען צו מקבל זיין די ריכטיגע השקפה, משא"כ אן אויפגעוואקסענע חרדי וואס איז איינגעגעסן מיט די פאפולער חרדי'שע צוגאנג.

צווישן זיינע באקאנטע תלמידים איז געווען דער פילאזאף בני לוי ע"ה.

פערזענליך איז ער למעשה זייער א קאלטע און שטאלצע מענטש און ס'איז נישט לייכט אויסצוטוישן מיט איהם א ווארט (אייגענע עקספיריענס) אפגערעדט אויב דו האלטסט אנדערש פון איהם... ס'קען זיין אז דאס האט ער מקבל געווען פון הרב הוטנער כידוע ליודעים...

זיין דרך אין קבלה שיינט צו זיין עפ"י הגר"א.

וועגן זיינע מקורות אין פילאזאפיע זאגט מען אז פון זיינע שיעורים איז ניכר אז ער איז היבש אנגעלייענט פון חכמי האומות אבער מאנכע זאגן אז ס'ווייזט אויס אז נישט אלעמאל האט ער גוט פארשטאנען זייערע ווערטער...

בנוגע זיין יחס צו חסידים און חסידות האב געטראפן סתירות'דיגע שמועות לימין ולשמאל והבוחר יבחר, עכ"פ לויט וויקי און אוצר החכמה שיינט עס צו זיין פאזעטיוו און לויט @אישדעה און @אמאי אין עצכח זענען ספרי חסידות ביי איהם נישט קיין סמכות. און אויף א קאנטראווערסיעלע טעיפ פון הרב דוד ארלאפסקי זאגט ער נאך פון איהם א שארפע שטעך אויף א חסיד'יש ווארט.

בילד

דיסקלעימער: מיין פעדער איז ארעם, ווער עס קען שרייבן בעסער איז מכובד מוסיף צו זיין.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

יישר כח. וואו קען מען אים אנטרעפן? און וואו (פונקטליך) קען מען הערן זיינע שיעורים?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס נישט זיין פונקטליכע אדרעס, כמעט אלעס וואס איך האב געשריבן איז וואס איך האב געסוירטשט אויפן געוועב און אביסל מפי השמועה, אסאך אינפארמאציע קען מען זען אין די אשכולות פון אוצר החכמה און עצכח וואס איך האב געלינקט אין אנהויב.

זיינע שיעורים קען מען הערן אויף די קול הלשון וואס איך האב געלינקט, און לייג אריין אין יוטוב 'הרב משה שפירא' וועט ארויפקומען אסאך שיינע דרשות.

ער רעדט שטייט און אביסל לאנגווייליג אבער ס'לוינט זיך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין איינע פון די אויבן געלינקטע סליפקין ארטיקלען צייכנט ער צו אן אינטרעסאנטן פרק אינעם באקאנטן "סיפורו של אליטיסט חרדי" ווי דער אינגערמאן דארטן גייט דורך א מבוכה אדאנק הרב שפירא'ס פאנדומענטיליזם.
Interested
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 22, 2015 12:49 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך Interested »

I know a little bit about R' Moshe and I can tell you that besides his amazing capabilities in analyzing and explaining עמקות השקפת התורה האמיתות, he is also a wonderful person and especially when it comes to Balei Teshuva for whom he gives so much of his time and comfort as evident in his minhag for more than 20 years to go each year to Russia for the whole of Pesach to make a large seder for Yidden Balei Teshuva there.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערה בעלמא. האט נישט דער אויבן דערמאנטע בילד גאר שטארק ענליכע שטריכן צו רב וואזנער זצ"ל ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הוגה האט געשריבן:יישר כח. וואו קען מען אים אנטרעפן?

forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=233461#p233461
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער איז געווען א שטיק צייט א ראש ישיבה אין אמעריקא אין דער סטאמפארד ישיבה צוזאמען מיט הרב מאיר הערשקאוויץ שליט"א.
ער האט קינדער תלמידי חכמים, איינער פון זיי הרב שמואל שפירא איז א גרויסע מרביץ תורה, אונטער דער רעדע"ר האט ער אסאך תלמידים אמעריקאנער יונגעלייט אין א"י און ער האט שוין תלמידים וואס האבען גע'עפענט כוללים אין אמעריקא און זענען ווייטער מחנך.
ער הייסט א גרויסע למדן בנגלה אחוץ זיין נסתר, אבער ווען איך האב איהם געהערט איז ער נישט קיין בריסקער און נישט פון דער חדר פון ר' ברוך בער, א שטייגער ווי א דורכשניטליכע לעיקוואוד למדן, נאר מער ר' משעון שקאפ געשטימט.
ער האט א תלמיד הרב ראובן שמעלצער (דער זון פון הרב חיים שמעלצער ז"ל פון טעלז שיקאגא) וואס דרוקט זיין תורות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' משה בן רחל לרפוא"ש בתושח"י.
forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=310471#p310471
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך מיר'ער בחור »

די מצב האט זיך שטארק פארערגערט רייסט איין !!

http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=113405
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

בד"ה
לא באתי לנצח (שולי)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נפסקה המעיין ליידער. ס'איז צייט איבערצובליקן די לינקס אנהויב אשכול צו אוצר החכמה און עצכח, אינטרעסאנטע אינפארמאציע קומען צו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויף אוצר החכמה טוצעך איבער א קאנטראווערסיאלע שיעור זיינע פון יארן צוריק, לאדנטס אראפ ווילאנג ס'איז נאך עוועיליבעל.
forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=19&t=31074&p=327855&hilit=#p327855
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

יצחק פראנקפורטער פון עמי איז זיין תלמיד, ער ווידמעט לעצטע וואכעדיגע מאגאזין פאר אים
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יארצייט
פארשפארט