בלאט 1 פון 1
בית דפוס שע"י קאווע שטיבל: דער גאליציאנער אוצר!
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 9:32 pm
דורך שטילע אינגערמאן
א גוטן טייערע ברודער, ווי דער עולם ווייסט פרוביר איך איבערצוזעצן אן אלטן אינטערסאנטן אוצר וואס איך האב געטראפן, דער פראבלעם איז אבער אז איך קום נישט אן. איך וויל פארשלאגן א געדאנק אז מזאל צוזאמען ארבעטן איבער צוזעצן די אלע ארטיקלען. ווער עס וויל ארויסהעלפן און איז זיך גרייט אונטערצונעמען איין ארטיקעל, וועט קריגן א ארטיקעל אין אימעיל איבערצוזעצן. אז דער ציבור וועט זיך ווארעם אנרופן און עס וועט ווערן דערפון א דבר השלום וועט מען בעז"ה דרוקן דערפון א ביכל מיט דער הילף פון [tag]כוכב[/tag] און [tag]מה הוא[/tag]. ווער וויל ארויסהעלפן?

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 9:32 pm
דורך געוואלדיג
הנני מצטרף
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 9:38 pm
דורך יין שרף
גם אני אענה חלקי בל"נ
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
ר' שטילע אינגערמאן: אויף וועלכע שפראך איז דער גאליציאנער אוצר געשריבן...? לשה"ק, אידיש, גאליציאניש, פויליש, דייטש, עברית, אונגאריש, ספאניש, פראנצויזיש, טשעכיש רוסיש...!
Re: בית דפוס שע"י קאווע שטיבל: דער גאליציאנער אוצר!
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:09 pm
דורך הויזן טראגער
I'm in
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:23 pm
דורך איך אויך
האסט גערעדט פון א כת''י מיט ספרים ,וויאזוי איז דאס פארוואנדעלט געווארן אין געטייפטע בלעטער?
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:25 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איך אויך האט געשריבן:האסט גערעדט פון א כת''י מיט ספרים ,וויאזוי איז דאס פארוואנדעלט געווארן אין געטייפטע בלעטער?
סאיז either or? האב איך נישט געזאגט כמה פעמים אז נישט אלץ גיי איך ארויס געבן נאר געוויסע זאכן יא?
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:31 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:האסט גערעדט פון א כת''י מיט ספרים ,וויאזוי איז דאס פארוואנדעלט געווארן אין געטייפטע בלעטער?
איך אויך: דו ביסט דער אפיקורס פון קאווע שטיבל. באלד פרעגסטו קשיות. אהן א ביסל אמונה פשוטה. ס'הייסט. געטייפט קען נאכאלץ אנגערופן ווערן א כתב יד. די מעשה מיט'ן סידור'ל האט מיך שטארק בארירט...נישט קיין וואונדער. די גאליציאנער זענען אייביג געווען גאליציאנער. איך וואלט שוין געקויפט צען כל-בו סידור'לעך פאר מיין יונגל. ער זאלל נאר וועלן דאווענען דערפון...
אויף די צווייטע (געטייפטע) מעשה האביך אויך א שטיקל קשיא. א פעלדשער איז דאך א שטיקל דאקטער. ווי קומט ער צו גאלן...? א בעדער געט א באד און גאלט שוין אינאיינוועגס אויך...!
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:35 pm
דורך איך אויך
שטיל'קעלע רעגט זיך זייער אויף מיר אבער כ'גלייב ווייטער נישט קיין ווארט פון זיין סיפור. אינדשויטס ענק.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:שטיל'קעלע רעגט זיך זייער אויף מיר אבער כ'גלייב ווייטער נישט קיין ווארט פון זיין סיפור. אינדשויטס ענק.
דו ביסט טאקע דער אפיקורס פון קאווע שטיבל. אשרינו שזכינו לזה. אן אפיציעלער אפיקורס. אונז קענמיר שוין זיין שטאלץ מיט דיר...!
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 12:41 am
דורך געוואלדיג
מיט אזענע אפיקורסים, ווער דארף נאך מאמינים?...
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 9:03 pm
דורך שטילע אינגערמאן
רבותי, נאך אפאר ארטיקלעך אין סוועט ארויס קומען עפעס אויף שבועות, נו? Any units available?
בית דפוס שע"י קאווע שטיבל: דער גאליציאנער אוצר!
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 10:58 pm
דורך א איד
יוניט 200 איז אין
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 12:14 am
דורך פלאוויוס
וואס פעלט אויס איבערצוזעצן? פון וועלכער שפראך רעדט זיך?
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:00 am
דורך לית דין בר נש
[tag]שטילע אינגערמאן[/tag] אונז גייען נאך זוכה זיין צו זעהן נאך שטיקלעך פון דיין אוצר?
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:00 am
דורך [NAMELESS]
כ'האנאך קיינמאל נישט געזען דעם אשכול.
אויב ס'איז נאך נוגע, ערעב [tag]שטילע אינגערמאן[/tag], בין איך גרייט צו נעמען אויף מיר כאטש 2 ארטיקלען, איבערצוטייפן/זעצן וכו' [כ'כאפ נישט פונקטליך וואס דו ווילסט].