בלאט 1 פון 3

האסט ליב דיין טאטע?

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 6:55 pm
דורך קאווע טרינקער
האסט ליב דיין טאטע?
אויב יא, פארוואס?

--
תקנות המקום פארלאנגט א לענגערע תגובה פאר פתיחת האשכול, אבער כ'קען נישט ארויסברענגען די שאלה באריכות.

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:00 pm
דורך מאטי
ניין

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:01 pm
דורך חקרן
קאווע, ביסט א שיגענער...

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:01 pm
דורך ברעט מענינג
יא, ווייל אן עהם בין איך נישט דא

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:03 pm
דורך יואב
ברעט מענינג האט געשריבן:יא, ווייל אן עהם בין איך נישט דא

דאס ברויך זיין א סיבה אויף פארקערט.

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:03 pm
דורך ישמעאל הכהן
ניין, ווייל אן עם בין איך נישט דא

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:43 pm
דורך קרעקער
סווענט זיך אין די 2 שיטות צו טוב לאדם שלא נברא משנברא

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:15 pm
דורך קאווע טרינקער
חקרן האט געשריבן:קאווע, ביסט א שיגענער...

ביסט א ליגענער

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:21 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה, ממילא האב איך עיהם אויך ליב

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:29 pm
דורך יואליש
ברעט מענינג האט געשריבן:יא, ווייל אן עהם בין איך נישט דא


היפוך דעת תורה. :) שאביו מביאו לחיי העולם הזה איז א סיבה פאר נישט מכבד זיין.

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:34 pm
דורך שמערל
חכם איינער דא פרעגסטו?פון א באנדע רעבעלס אויפגעקלערטע איפכא מסתברא'ניקעס וואס עקספעקסטו?
גיי פרעג אין איי וועלט, העסטו שוין איינמאל געוואור ווערן וואס כיבוד אב מיינט!

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:35 pm
דורך קאצקע ציקער
ווער האט דען נישט ליב זיין טאטע?

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:36 pm
דורך קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה

ער האט געצאלט דיין קאלעדזש? ער האט דיר געשיקט date'ן?

Re: האסט ליב דיין טאטע?

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:40 pm
דורך [NAMELESS]
ניין ווייל ער האלט אז באמת איז בעסער איך זאל זיצן אין ישיבה און נישט פארברענגען מיט מיידלעך,

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 9:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך זעה די מאמע פרעגסטו אפילו נישט, נעמסט אן מיט א פשטות אז יא. איז אזוי, לגבי מיין טאטע, ווענד זיך אויב איך האב ליב מיין מאמע, ווייל איינער איז אלעמאל דער גוטער און דער צווייטער דער שלעכטער.

Re: האסט ליב דיין טאטע?

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 9:09 pm
דורך דעת תורה
קרעקער האט געשריבן:סווענט זיך אין די 2 שיטות צו טוב לאדם שלא נברא משנברא

תוס' דארט אויפן פלאץ ברענגט דאס צו

Re: האסט ליב דיין טאטע?

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 10:55 pm
דורך א איד
שמערל האט געשריבן:חכם איינער דא פרעגסטו?פון א באנדע רעבעלס אויפגעקלערטע איפכא מסתברא'ניקעס וואס עקספעקסטו?
גיי פרעג אין איי וועלט, העסטו שוין איינמאל געוואור ווערן וואס כיבוד אב מיינט!

ער האט עס געפרעגט אין אייוועלט, און מען האט עם אפגעשפארט די אשכול

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 10:59 pm
דורך איש את רעהו
יעדער ענטפערט לפי וואסערע טאטע ער האט
קוקט אויס אז קאווע האט נישט צו ערווארטען פון זיין טאטע נאר א באצאלטע קאלעדזש און רשות צו גיין טרעפן א זיווג
קאוועלע נישט דא הייבט זיך אן און ענדיגט זיך דאס לעבן
א טאטע האט פיל מער צו אפפערן פאר א קינד

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 12:53 am
דורך קאווע טרינקער
איש את רעהו האט געשריבן:יעדער ענטפערט לפי וואסערע טאטע ער האט
קוקט אויס אז קאווע האט נישט צו ערווארטען פון זיין טאטע נאר א באצאלטע קאלעדזש און רשות צו גיין טרעפן א זיווג
קאוועלע נישט דא הייבט זיך אן און ענדיגט זיך דאס לעבן
א טאטע האט פיל מער צו אפפערן פאר א קינד

קוק אהער, די תורה הייסט ליב האבן גאט. פרעגן די אויפגעקלערטע, וויאזוי איז שייך ליב צו האבן גאט ווען מ'ווייסט נישט וואס ס'איז בכלל? תשובה: אז מ'איז זיך מתבונן אין זיינע פעולות, פון גרויס התפעלות קומט מען צו אהבה.
זעהט אויס אז ווען מ'איז זיך מתבונן אין א טאטע קומט מען נישט צו אהבה, און טאקע דערפאר איז נישט דא קיין מצוה אין תורה תאהב את אביך ואת אמך.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 1:35 am
דורך שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה

ער האט געצאלט דיין קאלעדזש? ער האט דיר געשיקט date'ן?

האסט מיר געפרעגט טאמער כהאב עיהם ליב אין כהאב גענטפערט יא ווייל ער האט מיר ליב אין זיכט מיין הצלחה.
יעצט אין וועלעכע וועגען ער זיכט מיין הצלחה דאס האסטו נישט דא געפרעגט והשנית אפי טאמער זיכט ער מיין הצלחה אין א וועג וואס איך האלט אז דאס מיינט נישט הצלחה אין נישט דאס וויל איך קומט עיהם אבער נאך אלץ אהבה היות ער האט מיר ליב און אין זיין קאפ זיכט ער מיין גוטס

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 7:13 am
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:יעדער ענטפערט לפי וואסערע טאטע ער האט
קוקט אויס אז קאווע האט נישט צו ערווארטען פון זיין טאטע נאר א באצאלטע קאלעדזש און רשות צו גיין טרעפן א זיווג
קאוועלע נישט דא הייבט זיך אן און ענדיגט זיך דאס לעבן
א טאטע האט פיל מער צו אפפערן פאר א קינד

קוק אהער, די תורה הייסט ליב האבן גאט. פרעגן די אויפגעקלערטע, וויאזוי איז שייך ליב צו האבן גאט ווען מ'ווייסט נישט וואס ס'איז בכלל? תשובה: אז מ'איז זיך מתבונן אין זיינע פעולות, פון גרויס התפעלות קומט מען צו אהבה.
זעהט אויס אז ווען מ'איז זיך מתבונן אין א טאטע קומט מען נישט צו אהבה, און טאקע דערפאר איז נישט דא קיין מצוה אין תורה תאהב את אביך ואת אמך.


שוב מצאתי לאחד משיירי כנסת הגדולה שרייבט שוין אזוי, אין סוף פון א לענגערע דברים נכונים היוצאים מן הלב viewtopic.php?p=19854#p19854
וז"ל:
די זעלבע תורה האט אויך נישט באפוילן ליב צו האבן א טאטע מאמע, יא! האט איר געוואוסט דערפון ? די תורה האט נישט מצווה געווען קיינעם ליעב צו האבן א טאטע מאמע. מכבד זיין יא, ליעב האבן ניין, פארוואס טאקע ?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:23 am
דורך פרייוויליג
די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:32 am
דורך ציבעלע-קיגל
מען קאן דאס נישט ענטפערן אןיף איין פוס