בלאט 1 פון 1

הרב דרשו ביטע הערט אויף אטאקירן

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:49 pm
דורך עזריאל
לכבוד הרב דרשו, די מארקעטער פון דרשו, מיט די גאנצע דרשו טיעם.

מיר שעצן זייער אייער ארבעט, אייער אויפטו איז ממש א רבי מאיר שפירא סטייל, אבער ביטע לאזט אפ אונזערע צייטונגען און אויסגאבעס, שטיפט נישט אריין אייער נאז איבעראל, ווען מיר ליינען א צייטונג ווילן מיר זיך נישט אנשטויסן מיט זעקס גאנצע בלעטער פראפאגאנדע, איין אדער צוויי זייטן מילא, אבער די וועג וואס איר האט לעצטענסט גענומען אנצופילן זעקס זייטן איז נישט קיין מהלך, איך ווער זייער נערוועז צו דארפן מישן אזויפיל בלעטער.

אויך זייט וויסן אז די בילדער פון רבנים וואס איר לייגט עקעלט פאר מענטשן, א בילד פון רב וואזנער מילא, אבער לעצטענס האט איר אנגעהויבן לייגן בילדער פון עפעס א רבין פון וועם דער עולם גולם איז נישט אזוי איבערגענומען, (איר קענט קוקן דא אין שטיבעל, מיר האבן לעצטענס א אשכול וועגן יענע חסידות)

ווי אויך איז זייער נישט פאסיג פאר אזא חשובע תורה ארגענעזאציע זיך אראפצולאזן צו די שוואכסטע אויסגאבעס, א שטייגער ווי די וואס די גאנצע תוכן איז בילדער פון רבנים מוזיקאנטן מיט פאליציי ליבהאבער, סאיז נישט קיין כבוד התורה.

דער עולם וואס קויפט צייטונגען קויפט נישט צו ליינען וועגן דרשו, ווען איינער לייגט א אדווערטייזמענט וועכנטליך און יעדע וואך האט עס נייע גראפיקס וואס כאפט א אויג מיט אונטערסאנטע פיקטשערס און פראזן איז איין זאך, אבער פשוט און פראסט אנפירקלען זעקס זייטן וואס איז נישט אונטערסאנט פאר קיינעם אן קיין חידושים מיט די זעלבע בלויע גראפיקס פאר אפאר יאר איז נישט עפעס וואס דער עולם ערווארט. ווי אויך איז עס נישט גוט לפי חוקי המארקעטינג.

ישר כח, אייער פריינט
עזריאל
חונה פה ק״ק קאווע שטיבל

כל זה כתבתי תחת אשכול ״א שמייכל״