בלאט 1 פון 1
קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 11:29 pm
דורך לחיים
ווי אזוי פארלאנג איך מער קרעדיט
מיז איך זאגן א ליגענט אז איך פארדין מער
אין וויפל דארף איך זאגן אז זאלן מיר געבן מער
אויב איינער ווייסט זייער וויאזוי זיי רעכענען זאל אזוי גיט זיין און ארויס העלפן דא
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 12:20 am
דורך שמעקעדיג
איך מיין מען רעדט שוין ערגעץ פון דעם.
חס ושלום זאלסט קיינמאל נישט שרייבן אז דו פארדינסט מער. דאס איז באנק פראוד און מען גיין יושב'ן פאר דעם אויב מען כאפט דיר.
קענסט אבער אריינרעכענען אלע פארדינסטן. אפילו שטאטישע פראגראמען אויב דו באקומסט. ווי אויך טעקס ריטורן.
בעיסיקלי רעכענען זיי אויס וויפיל איבריג געלט דו קענסט זיך ערלויבן צו ספענדן נאך אלע הוצאות און דאס העלפט זיי באשליסן וויפיל מען קען דיר געטרויען.
דאס אלעס ווי לאנג דו האסט נאך נישט קיין גוטע קרעדיט היסטארי. איינמאל דו בויעסט דיין קרעדיט און דיין סקאור גייט העכער, האט מען צוטרוי אפילו מיט גרעסערע סכומים.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:40 pm
דורך קרעקער
פשיהא האסטו דא אויפגעטין א חידוש, קען עס איינער באשטעטיגען? אז מקען רעכענען פוד סטעפס סעקשען 8 צו העכערען די אינקאם פאר די באנק, עס צי רעכנען אלס געווענדליכע אינקאם?
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:57 pm
דורך [NAMELESS]
צו העכערן דיין קרעדיט אויב די האסט נאך נישט דאן עפליי פאר א קעפיטאל וואס וועט דיר עפראווען זייער שנעל פאר ארום 500 מאות נאך 6 סטעיטמענטס נוצענדיג בלויז 10% אויף יעדען סטעיטמענט עפליי פאר א העכערע קארטעל
וועגן ליגענט זאגן . (איך רעדט נישט ע"פ תורה/עטיקט) , אויב שטייט נישט אז זיי גייען ווערעפייען ביי די irs דאן איז נישט קיין פראבלעם . אבער איך וואלט דיר געראטן בעסער צו גיין גראד ובפרט ביי טשעיס ,
נאך אזאך דו מעגסט רעכענן מעדיקעיט לדוגמא פאר אן אינקאם . און די הסבר אויף דעם איז פשוט , זיי ווילן וויסן בערך וויפיל דיינע הכנסות והוצאות זענען צו וויסן אויב די גייסט נישט ספענדען צו סך . יעצט נארמאל האט א מענטש הוצאות פאר געזונט אויב אבער האסטו מעדיקעיט איז אזוי ווי די פארמאגסט נאך אכט ניין אלפים לדוגמא ,
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:37 am
דורך גרויסע מענטשעלע
קרעקער האט געשריבן:פשיהא האסטו דא אויפגעטין א חידוש, קען עס איינער באשטעטיגען? אז מקען רעכענען פוד סטעפס סעקשען 8 צו העכערען די אינקאם פאר די באנק, עס צי רעכנען אלס געווענדליכע אינקאם?
יא יא דאס איז א קראנטע זאך.
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 8:34 am
דורך נופת צופים
געזעצליך, אונטער די [url="https://en.wikipedia.org/wiki/Equal_Credit_Opportunity_Act"]איקוואל קרעדיט אפערטוניטי,[/url] מוזן זיי אננעמען בענעפיטס אלץ אינקאם.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 8:36 am
דורך שמעקעדיג
עס איז א דבר פשוט מאוד אפילו שכל'דיג.
די באנק וויל פשוט וויסן וויפיל געלט בלייבט דיר איבער נאך דיינע הוצאות. דערפאר פרעגן זיי וויפיל קאסט רענט א.א..וו. אבער טאמער באקומסטו א חלק רענט פון די רעגירונג, איז דאך פשוט יושר זאלסט זיי געבן די ריכטיגע אינפא.
וכדברי געוואגטער יונגעל הנ"ל
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 8:47 am
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:צו העכערן דיין קרעדיט אויב די האסט נאך נישט דאן עפליי פאר א קעפיטאל וואס וועט דיר עפראווען זייער שנעל פאר ארום 500 מאות נאך 6 סטעיטמענטס נוצענדיג בלויז 10% אויף יעדען סטעיטמענט עפליי פאר א העכערע קארטעל
וועגן ליגענט זאגן . (איך רעדט נישט ע"פ תורה/עטיקט) , אויב שטייט נישט אז זיי גייען ווערעפייען ביי די irs דאן איז נישט קיין פראבלעם . אבער איך וואלט דיר געראטן בעסער צו גיין גראד ובפרט ביי טשעיס ,
נאך אזאך דו מעגסט רעכענן מעדיקעיט לדוגמא פאר אן אינקאם . און די הסבר אויף דעם איז פשוט , זיי ווילן וויסן בערך וויפיל דיינע הכנסות והוצאות זענען צו וויסן אויב די גייסט נישט ספענדען צו סך . יעצט נארמאל האט א מענטש הוצאות פאר געזונט אויב אבער האסטו מעדיקעיט איז אזוי ווי די פארמאגסט נאך אכט ניין אלפים לדוגמא ,
איז דא אמאל וואס שטייט אז זיי ווערעפייען ביי די irs?
וואס איז די חילוק פון טשעיס צו אנדערע?
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:59 am
דורך [NAMELESS]
יא אמאל שיקען זיי א נאטיץ אז די קארטל איז אויף האלד פאר דריי וואכן ביז די ברענגסט פראוו אויף די אנגעגעבענע מספרים פון די irs ,
[תיקון טעות נישט טשעיס נאר אמעריקען אקספרעס ,]
סתם אזוי האבן זיי נישט ווי צו טשעקן. ממילא איינגעבן עטוואס מער איז נישט קיין גרויסע דאגה ווייל עס קען אלץ זיין אז איר האט געמיינט איר גייט האבן א סייד דזשאב לדוגמא , און אין ערגסטן פאל דיקלייען זיי דאס קארטל ,
טאמער אבער ביים באצאלן פאנפעט מען ארום מיט זיי דאן איז שוין צרות און זיי זענען "על הגובה" און אפילו א קליינע נומער מער הייסט שוין פראד ווי סע'נישט ווערד די גאנצע פארדינסט פון אנהייב ,
לגבי איינגעבן שטאטישע בענעפיטן , טעקס ריטורן וואס דאס איז פאקטישע געלטער איז נישט קיין פראבלעם. לגבי אנדערע זאכן איז שוין א מח' הפוסקים צו מען קען ,
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:54 am
דורך הויזן טראגער
וואס איז די פראבלעם ? אויב זיי בעטן פראוו שיקט מען נישט אין מעלאזט די קארד הענגען
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 11:11 pm
דורך פיינע קאווע
א איד האט מיר געזאגט אז מען האט אים געפארשט פון א ביורא און מען האט אים פונקטליך אנגעוויזען אז זיינע קרעדיט קארד בילס זענען זייער אסאך מער וויפיל ער פארדינט. מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער האט דאס באצאלט.
אז איר נעמט גיטע זאכען טראכט בעפאר איר רוקט ארויף גרויסע ק.ק. באלאנסעס
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 11:36 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ווען אמעריקען עקספרעס בעט טעקס ריטערן און מ׳ געט עס זיי גלייך, קוקען געווענטליך זיי עס בכלל נישט אן צי ס׳ שטימט צי נישט. זיי שפארן אויף די קארד אין פיניש.
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 6:11 pm
דורך [NAMELESS]
אויף קול מבשר איז שוין עטליכע מאל געווען אינטערוויאס מיט איינער אליעזר (אפשר אלעזר?) גאלד, וואס האט א קאמפאני גאלד-מיין, און ער האט געזאגט אז ער העלפט ארויס בחינם אפלייען פאר קרעדיט קארדס און אויך העלפט ער ארויס מיטן שאפן אינפארמאציע וועלכע קארטל איז די בעסטע פאר אייך, און מען קען זיי רופן פרעגן אלע מינע שאלות בנוגע קרעדיט קארדס.
איז אזוי, אויב איינער פון דא האט שוין אמאל געהאנדעלט מיט אים, ווערט געבעטן צו שרייבן מיט וואס און וויאזוי גאלד-מיין האט אים געהאלפן, און אויך אויב האט איינער די נאמבער פון זיי וואלט עס אפשר געווען א גרויסע תועלת ארויפצולייגען דא פאר די חברי השטיבל, א דאנק.
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 8:33 pm
דורך וויל קענען
איך האב גע׳עפנט ביי אים א קרעדיט קארד באט כ׳האב נישט קיין שלעכטע קרעדיט אדער קליינע אינקאם איז עס געווען סימפל באט ער האט זייער גיטע קאסטעמער סערוויס
כ׳האב אים גענוצט פשוט כדי א איד זאל מאכן אפאר דאלער
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 9:21 pm
דורך [NAMELESS]
א דאנק רעבע [tag]וויל קענען[/tag], האסט נאך אפשר זיין נאמבער?
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:08 pm
דורך וויל קענען
פריעד באטשי האט געשריבן:א דאנק רעבע [tag]וויל קענען[/tag], האסט נאך אפשר זיין נאמבער?
845-495-0535
בדרך אגב כ׳האב געהערט אז ער האט גיטע רעטס פאר פוינט׳ס איך ניץ עס אליין אויף טרעוול אבער א באטשי וואס האט נישט קיין כח צו זוכן אליין לוינט עס צו פארקויפן ס׳איז א מסכת פאר זיך
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:16 am
דורך קפה נמס
ווי ווייט איך ווייס קויפט ער נישט קיין פוינטס.
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:56 am
דורך וויל קענען
קען זיין איי דאנט נאו כ׳האב עס נישט געזאגט קראנט נאר גע׳הערט פון אייינעם
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 10:31 pm
דורך שמעקעדיג
לעצטנס שווימען ארויף אדווערטייזמענטס צו עפענען מערערע קרעדיט קארטלעך און מען קען מאכן א שיינע באונעס. "מען קען מאכן געלט גרינג", לויטעט איין אנאנס.
"מיר וועלן ארלעדיגן צו אפלייען, ספענדן די געלט, איר דארפט נאר אויפפיקן דעם טשעק..." זאגט א צווייטער.
זעהט אויס אמעריקען עקספרעס האט אויפגעכאפט אז זאכן שמעקן נישט גוט... און זיי גייען בעסער נאכקוקן און נישט געבן די קענדיס אויב זיי זענען חושד אז מען שפילט אויס דעם סיסטעם.
https://www.doctorofcredit.com/amex-upd ... us-system/
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 10:36 pm
דורך קורקלענד
יענע אנאנס'ן באווארענען זיך אויף דעם. זיי נעמען ארויס די סיין-אפ באונאס פאר זיי פארמאכן די אקאונט.
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 10:39 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
יאפ בדידי הוא
ב״ה לאכט אפגעקומען אז זיי ווילן מיך מער נישט אפפראווען ווייל כהאב פוגם געוועהן אין זייער כתובה (טערמס אין קאנדישענס)
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 11:58 pm
דורך א איד
און די טערמס? אדער אין די קאנדישנס?