בלאט 1 פון 2

נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 1:35 am
דורך רוסישער
ווער איז דא דער עולם?
איך שטעל זיך פאר אז ס'איז רוב מבן עשרים עד בן שישים, פון וויליאמסבורג, ב.פ., מאנסי, ק"י, ס'דרייען זיך דא ארץ ישראל'דיקע? אירופא? יונגע בחורים? פרויען? זענען דא אלע חסידים אדער אויך "ישיווישע"?

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 2:15 am
דורך ראשעקאל
יונגע מיידלעך

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 2:19 am
דורך צוקלאפטע הושענא
איך בין א כלה טיטשער.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:19 am
דורך כוכב
איך בין אן אדרוגינוס וואס איז חציו שפחה חציו בן חורין.
(קרעדיט: מנחת חינוך)

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:30 am
דורך צוקלאפטע הושענא
מסתמא מיינסטו צו זאגען, ביסט א רוסישער אדער א סקווערער, דאי לאו הכי וי איז שייך בימינו א מציאות פון א אנדרויגונוס וואס איז חציו שפחה חציו בן חורין?
כמעט ארויסגעפלויגען פון קאפ נאך איין אפשען, נטורי חרטא, דארט דרייען זיך אלע ממזרים.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 7:37 am
דורך אפטעמיסט
איך בין א באקאנטער דיין אין וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 8:06 am
דורך פלעין יודיש
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:מסתמא מיינסטו צו זאגען, ביסט א רוסישער אדער א סקווערער, דאי לאו הכי וי איז שייך בימינו א מציאות פון א אנדרויגונוס וואס איז חציו שפחה חציו בן חורין?
כמעט ארויסגעפלויגען פון קאפ נאך איין אפשען, נטורי חרטא, דארט דרייען זיך אלע ממזרים.

שוין!!! קלילא האט זיך פארשאפט א פרישע ניק...

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 8:10 am
דורך שמעון וואלף
דאס האב איך געשריבן אין א שכינות'דיגע אשכול
מיין זיידע פלעגט פארן קיין ראצפערט און געלערענט אין סעקעלהיד
מיין טאטע האט געלערענט אין צעהלים, מיין מאמע אין בית יעקב און איך האב געלערענט אין באבוב. אינדערוואכן דאווען איך אין סאטמאר, שבת אין וויזניץ און ימים נוראים אין סקולען. ווען גורע רבי איז דא צו גאסט גיי איך אהין פאר א מנחה און ווען סקווירא רבי קומט גיי איך צום טיש. איך פארקויף די חמץ אין טארטיקוב און סידור קידושין גיב איך פאר מאשלוי. שלח מנות טראג איך קיין לאשאנץ און מתנות לאביונים פאר מעזשביז. פאר א שמחה גיי איך מיט א קוויטל קיין ראכמיסטריווקא און בעת צרה קיין מונקאטש. מיינע יונגלעך שיק איך קיין פאפא, מיינע מיידלעך קיין בעלז און מיינע בחורים אין אלכסנדר.

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 8:14 am
דורך נופת צופים
איך בין ווייס פון וויליאמסבורג. איך וואוין ביי די קארנער, דארט וואו ס'איז דא א זאך וואס הייסט וואלק אוו דאנט וואלק.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 8:19 am
דורך שמעון וואלף
איך מיין איך ווייס ווער די ביסט. האסט אפשר אן אדעסי?

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 8:23 am
דורך נופת צופים
איך האב גראדע א סיעננע. כ'קען נישט זאגן אויב ס'איז טינטעד אלץ גילוי, פארשטייסטע.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 8:49 am
דורך עזריאל
איך בין שווארץ פון Lee Ave
צו איך בין א זכר אדער א נקבה גיי איך דיר נישט זאגן, משלאגט נישט כפרות דא במילא איז עס נישט נוגע

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 8:57 am
דורך יין שרף
ווען מ׳וואלט געשלאגן כפרות דא וואלט איך נישט געדארפט פרעגן. פון וויליאמסבורג? דאן וואלסטו יעדעס יאר גענוצט דריי..

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:09 am
דורך רוסישער
;) פשוט מיהא חדא אז דער עולם האט א חוש אין ליצנות
סעריסלי, מ'ווייס די סטאסיסטיקס?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 11:05 am
דורך רויטע וואנצעס
איך מיין ס'מוז זיין אז די עולם דא זענען זכרים, פרויען נעמען אן זאכן ערענסט.

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 5:01 pm
דורך נופת צופים
אויף איינעם קען איך דיר יא זאגן. דער וואנצעס, ער איז א רויטע.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 5:14 pm
דורך געוואלדיג
און דער נופת איז זיס.

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:14 pm
דורך חאצקעל שניידער
סעדא דא גוים אויך ? די דזשענעטער אין אונזער ביהמ״ד קען א נישקשה׳דיגע אידיש.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:45 pm
דורך געפילטע פיש
איך שטיי איין אויף סאטמאר קארנער ארשיווע, יעצט פארקויף איך פרויענישע וועש, אויך "לינדזשירעי" מאחורי הפרגוד. מיין ווייב איז פון ארגענטינע, זי איז אן עקספיריענס צניעות טשעקער.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:06 pm
דורך געוואלדיג
רוסישער האט געשריבן:ווער איז דא דער עולם?
איך שטעל זיך פאר אז ס'איז רוב מבן עשרים עד בן שישים, פון וויליאמסבורג, ב.פ., מאנסי, ק"י, ס'דרייען זיך דא ארץ ישראל'דיקע? אירופא? יונגע בחורים? פרויען? זענען דא אלע חסידים אדער אויך "ישיווישע"?

קוק איבער די רעקארד פונעם עולם וועסטו געוואר ווערן מער ווייניגער ווער דער עולם איז.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:20 pm
דורך אפטעמיסט
וואס מיינט "די רעקארד"? אז דו ווייסט יא, אפשר זאגסטו מיר ווער איך בין מער ווייניגער?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:28 pm
דורך געוואלדיג
אויב וועל איך איבער קוקן דיינע הודעות וועל איך קענען האבן א געוויסע פראיפל פון דיר.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:39 pm
דורך געוואלדיג
[tag]אפטעמיסט[/tag]
פון מיין קורצע איבערבליק ווייס איך שוין אז דו וואוינסט נישט אין בארא פארק.

זאל איך זוכן ווייטער?