איך וועל אנהייבן, און איר וועט ממשיך זיין, אפשר וועט ארויס קומען עפעס לייטיש, יעדער המשך זאל האבן א שייכות צום גבור הסיפור און אנטוויקלען די מעשה לויט די פריערדיגע חלקים:
עס איז א הייסע זומערדיגע נאכמיטאג טאג אין קענטאקי, צווישן די פעלדער ארום עלקטאן - קענטאקי הערט מען נישט קיין מוק. בלויז שטילע פארמערס, ארבעטן דארט איבער ריזיגע שטחים אקער לאנד. און נאר פון צייט צו צייט ווערט די שטילקייט איבערגעריסן דורך א טראקטאר אדער א פארבייפארענדע וויהיקל.
די איינוואוינערס פונעם געגנט זענען צוגעוואוינט צו הערן יעדן נאכמיטאג דאס גערויש פון א פארבייפארענדער מאטארסייקעל וועלעכער פארט אדורך מיט א רעש און פארפאנצערט פנים אין א העלמוט כדרך האמאטארסייקעליסטן.
דאס איז א טיפישער הויעך געבויטער מאטארסייקעליסט אין זיינע דרייסיגער יארן וואס דערליווערט יעדן טאג פרעש האט פוד פונעם לאקאלן טעיק אוט אין עלקטאן. ער קלינגט אויפן טיר פונעם קליענט, זאגט די פרייז פון אונטערן האלב אויפגעהויבענער העלמוט. נעמט אפ דאס געלט, באגריסט און פארט זיך ווייטער מיטן טיפיקל מאטארסייקל גערויש.
---
עס איז א שיינער פרייטוג נאכמיטאג. א געשמאקער זומערדיגער גערוך פארפילט די ליפט, געמישט מיט פארם ריחות פןן העי, שטאלן און מאלעסעס. דער עלקטאנער מאטארסייקליסט שניידט דורך ווי געווענליך מיט א געפילדער מיטן פארפאנצערטן קאפ איבער די וועגן און שטעגן צו דערליווערן פאר די ארומיגע קאסטומער,
די זין איז שוין שטארק גענייגט צו מעריב, דער מאטארסייקל ריכטעט צוריק
צום שטעטל עלקטאן. אדורך שניידנדיג געשמאקע פעלדער און פארמס ווען פון צייט צו צייט זעט זיך דא און דארט א פארמער אויפן פעלד מיטן סאן העט אויפן קאפ און ארבעט אריין.
"אוי", לאזט זיך ארויס א קרעכטץ פון אונטערן העלמוט "שוין ווידער שבת".
דער מאטארסייקל לאנדעט אריין אינעם הויפט גאס פון שטעטל, אלעס קוקט דא אויס ווי א געווענליכער זומער נאכמיטאג אין אזא שטעטל ווי עלקטאן. שטיל און פרידליך. אלס דער הויבט גאס פון שטעטל, איז דא א שטיקל פארקער, אבער געלאסן און אן געפילדער. דא זיצןמענטשן רואיג אינדרויסן פון א רעסטאראנט, דער גייט איינקויפן. און דא שטייט א גראסערי מאן און כאפט א ציגארעטל אינדרויסן פון זיין קלייט. אלעס איז אין פולסטן רואיגקייט. אבער נישט אינעם הארץ פון גאבי אונזער מאטארסייקעליסט. ס'קומט פאר אין זיין הארץ דאס וואס עס קומט פאר יעדער וואך פרייטוג נאכמיטאג ווען יר קומט אריין אין שטעטל אין ריכטעט צו זיין שטילע איינזאמע דירה'לע אויפן גראונד פלאר ביי איינע פון די קארנערס פונעם הויפט גאס.
ווי מער עס נייגט צו נאכט אלס מער ברויזט אין זיין הארץ. און ווי איינגענעמער דער אטמאספער אלץ מער אימעטמג ווערט ער.
גבי אדער גבריאל -ווי זיינע אלטע חברים אין ניו יארק רופן אים- קומט אריין צום עלקפוד טעיק אוט זיץ צו פאררעכענען מיט זיין באס מארק זשוליעס, און פארט צו צו זיין אפארטמענט אויף עלקטאן ראוט. שטעלט אוועק דעם מאטארסייקל ביים דרייוו וועי, און עפנט אויף די טיר פון זיין איינזאמע דירה. וואס איז טאטאל וואכעדיג און סינגל געשטימט
"זאל איך עפיס צוגרייטן אויף שבת? ווי נעמט מען די מוד דערצי" טראכט ער צן זיך.
גבי קוקט אימעטיג אויפן טיש וואס איז אנגעלייגט מיט שטיקער האלץ און האלב געבויטער אביעקטן, מיט וואס ער באשעפטיגט זיך אין די פרייע צייט אויסציפראבירן פארשידענע פאטענטן און עקספרעמענטן וואס דאס איז כעת זיין פעשן.
"זאל איך דאס נאכאמאל אלעס אראפ נעמען און צוגרייטן א שטיקל שבת טישטעך" "אוי, דאס דערמאנט די קינדער, דער הארץ רייסט..."
גבי איז שוין דא איבער א יאר נאך דעם וואס ער האט זיך געגעט אום געשפירט אז ער דערטראגט נישט די דזשאדזשעמענטל לופט אין ניו יארק, איבערהויפט נאך וואס ער איס ארויס באשמוצט אין דערנידירט פונעם געשעפט. און זיך געמוזט גיזעגענין פןן זיינע באליבטע דריי קינדער מיט וועם ער קען כמעט נישט האבן קיין שייכות.
דאס האט אים געברענגט זיך צו פארווארפן אין די טיפענישן פןן אמעריקא, ביז ער האט געטראפן די ארבעט.
"טא טא טא טא" אהא ווער ביפט? אהא עפעס א צדיק'ן פון ניו יארק וןיל מיר באגריסן גוט שבת
לאמיר צוזאמען באקן א מעשה
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
לאמיר צוזאמען באקן א מעשה
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).