בלאט 1 פון 1

רובי באנעט! פון די בעסטע און קאלירפולסטע ארעינדזשערס

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 3:11 pm
דורך moshav zekeinim
וועלעכע מוזיק ליבהאבער האט דען נישט געהערט פון רובי באנעט?!

רובי איז א קערעקטער אין די אידישע מוזיק. ווען מ'הערט א טעיפ וואו רובי מאכט די מוזיק רופט עס ארויס גלייך ארויס אויפמערקזאמקייט.
זיין מוזיק איז שטענדיג פול מיט כאראקטער שטארק בולט און באמערקבאר. עס איז שטענדיג "ספעציעל". יעדער אינסטרומענט ווערט ארויסגעברענגט לויטער ריין, און באקומט דעם כיבוד זיך ארויסצוברענגען ביז א מאקסימום לויט רובי'ס פארשריפט. און ועל כולם ער איז מיט טאקט, און טעם, ער ווייסט וויאזוי צו אפעלירן צום עולם.

דערפאר איז נישט קיין חידוש אז רובי פארמאגט אזוי פיל פענס.

Re: רובי באנעט! פון די בעסטע און קאלירפולסטע ארעינדזשערס

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:27 pm
דורך [NAMELESS]
וואסערע באקאנטע טעיפס האט ער ארויסגעגעבן?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 5:17 pm
דורך כוכב
ליפא'ס לטובה איז רובי.

Re: רובי באנעט! פון די בעסטע און קאלירפולסטע ארעינדזשערס

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:59 pm
דורך Specialist
דאס איז פין רובי דע יאר
The-Wedding-Gift-870x854_c.jpg

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 8:44 pm
דורך moshav zekeinim
וועלעכע פאפולערע טעיפ ער מאכט מוזיק:
דדי אדון השלום (ניגונים: אוה אוה הא הא אני מאמין; לא רעב ללחם; זוכה אהא)
שבח - סטמר ניגוני יהושע מענדלאוויטש
צמאה לך נפשי - בעלז ירמיה דמן
2טעיפ'ס פאר יונתן שווארץ, א גוטע שעה און א גוטע נשמה
עטליכע טעיפס פאר זיין טאטנס (ר' חיים) סעריע רננו צדיקים ניגוני סרט
ניגוני דזיקוב 3
דריי אלבום'ס מצעד החצוצרות

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:19 pm
דורך moshav zekeinim
איך וועל אויסרעכענען עטליכע באקאנטע ניגונים מיט די ארענדזשמענטס פןן רובי:
אנא מלך מלכי פון מרדכי דוד
קיין עיין הרע - ליפא
ארבע מידות באדם ...
מי שאמר לעולמו די...
אבינו- שלמי טויסיג
כד יתבין- יואלי פאלקאוויטש
אתה אחד- שלמי כהן

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:44 pm
דורך משבק
אויף יהונתן שווארץס לעצטע סידי האט ער געמאכט די ארענדזשמענטס

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 11:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
אויב מיין זכרון ארבעט מיר האט ער אויך ארענדזשירט די 'מהרה' טעיפ פון יודל ווצ"ב.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 11:04 pm
דורך דברים ככתבן
ער איז פון די שוואכסטע arrangers גארנישט קיין חידושים

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:49 am
דורך moshav zekeinim
Wow אזא סטעיטמענט אויף אזא ארעידזשער???!!!
הארכזשע צו, על הטעם והריח אין להתוכיח. אפשר רעדן זיינע זאכן נישט צו דיין נשמה, אבער צו זאגן גארנישט קיין חידושים, בעת ער איז זייער אייגנארטיג איז אביסל א ברייטקייט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:51 am
דורך moshav zekeinim
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אויב מיין זכרון ארבעט מיר האט ער אויך ארענדזשירט די 'מהרה' טעיפ פון יודל ווצ"ב.

מהרה טעיפ האט דאכט זיך מיר ארעידזשט הערשי לעבאוויטש, דער ארעידזשיר פון ניו יארק בוי'ס קווייער און מגילת אסתר מיט געזאנג

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:46 am
דורך moshav zekeinim
משבק האט געשריבן:אויף יהונתן שווארץס לעצטע סידי האט ער געמאכט די ארענדזשמענטס

דאס איז א גוטע נשמה, נישט אזוי?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:15 am
דורך moshav zekeinim
אויסער די קוואליטי פון רובי'ס ארעינדזשמענטס ביי וואס ער לייגט אריין זייער א סך כוחות על כל תג, אזש זיין טאטע ר' חיים זאגט אים, "דו וועסט נישט מאכן קיין געלט אז דו וועסט זיך אזוי אפגעבן מיט יעדן ניגון", איז רובי מקפיד צו ניצן די געקליבנסטע מוזיקאנטן אין ארץ ישראל וועלעכע דארפן נאכקומען זיינע דקות'דיגע פיטשיווקעס.

וואס דארף מען מער ווי דער בארימטער דראמער אשר פדי, וועלעכער ווערט פארעכנט צווישן די גרעסטע דראמערס און אפשר גאר די גרעסטע אין ישראל, און זיין נאמען ווערט געזען אויף די פאפולערסטע פרייע אלבום'ס דארט.
פעדי פלעגט אמאל דראמען אויך אביסל פאר מונה און לאופער, אבער היינטיגע טעג איז רובי די איינציסגטע חרדישער ארעינדזשער וואס האט אים נאך אויף זיינע זאכן. (ער האט אים דאכט זיך די ערשטע געניצט צווישן די חרדישע ארעינדזשערס).


אויך אריק דאווידאוו דער טראמפאטיסט איז א אויסגערופענער סאלא טראמפאטיסט אין ישראל.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:41 am
דורך moshav zekeinim
אן אינטרעסאנטער בר מצוה איז פארגעקומען מיט בערך א צוויי יאר צוריק אין ארץ ישראל.
דער רייכער טאטע האט מחליט געווען צו באשטעלן אויף די בר מצוה, די קאמבינאציע פון דעם בארימטן זינגער און נאטורליכער מבד אימיטעטער אפרים מענדעלסאן אינאיינעם מיט רובי באנעט, וועלעכע האבן מיט דרייצן יאר פריער אינאיינעם ארויס געגעבן דעם אלבום רק על אבינו.

מ'האט שוין טאקע געהערט אזאנס אז מ'רופט א גרויסן זינגער אינאיינעם מיט זיין פאפולערער ארעינדזשער צו א בר מצוה. אבער וואס עס אינטרעסאנט דא איז די סיבה דערפון.

אויף דעם אלבום רק על אבינו וועלעכער איז ווי געזאגט ארויס געקומען מיט 13 יאר צוריק, איז ערשינען א ניגון וואס איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן איבער אלע חתונה זאלן און געווארן דער ליבלונג ביי די שבת טישן ביי די עמך אידן, און דאס איז דער ניגון כאייל תערוג.
אויך די עלטערן פון דעם בר מצוה בחור האבן זיך פארליבט אין דעם ניגון בימים ההם, און מיט עטליכע חדשים שפעטער ווען עס איז זיי געבוירן געווראן א זון, האבן זיי מחליט געווען א נאמען צו געבן זייער זון "אייל", נאך דעם באליבטן ניגון זייערער.

און אצינד מיט דרייצן יאר שפעטער ווען זיי האבן זיך געקליבן בר מצוה צו מאכן זייער זון האבן זיי מחליט געווען צו ברענגען דעם זעלבן צמד ווי אויף דעם טעיפ וועלעכע האבן דארט אינאיינעם געזינגען אין געשפילט דעם ניגון.