בלאט 1 פון 2

ראסיזים און סופערסטישאן: א היימישע קוגל

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:05 pm
דורך יואליש
אין ניו יארק מאגאזין איז ערשינען אן אויסצוג פון א בוך וועלכע קאווערט די אישו פון זשענטרעפיקעשאן, ווען געגענטער ווערן צי טייער פאר פשוט'ע פארדינער. די אויסצוג דעקט א שמועס מיט א חסידיש'ער אינגערמאן, מיטן פעסודענים אפרים, וועלכע ציעט זיין חיונה פון די ריעל עסטעיט ביזנעס ארום וויליאמסבורג. די שרעק איז די ראסיזים וואס קומט ארויס אין דעם שמועס, און ווי שווארצע פארדינען, אין אפרים'ס אויגן, ווייניגער רחמנות פון א פרוכט בוים.

כי האדם עץ השדה? אתם קרויים אדם!

אפרים איז בלויז א פראדוקט פון זיין געזעלשאפט,און בכלל נישט קיין אויסנאמספאל. אבער מ'זאגט נאך פון פריערדיגע: "נעבעך א ראסיסט איז פארט א ראסיסט."


**

נאדיר דאס לעצטע העלפט ציטירט:


My saying is — again, I’m not racist — every black person has a price. The average price for a black person here in Bed-Stuy is $30,000 dollars. Up over there in East New York, it’s $10,000 dollars. Everyone wants them to leave, not because we don’t like them, it’s just they’re messing up — they bring everything down. Not all of them.

Most of them don’t believe you at first. "Oh, you Jewish people you’re a bunch of thieves, you’re never going to give me my money." But once you start actually having a base of people who know you, who you actually gave the money, it’s better. Sometimes it’s really tricky because you’ll have one person willing to leave for $2,000 and another wants $20,000. And the second this guy finds out that guy is getting 20 he says, “Hell no, I’m not leaving. I want 20, too.”

They don’t know — here he lowers his voice — that even if they get the money and they left, they could always come back. They don’t know that part. And it’s so scary sometimes because they could come up in the middle of construction and say, “It’s my property, I didn’t understand what I was signing, and I want to come back.”

Some blacks have an attorney and everything. So I try to make them happy, even if they’re going to go for $7,000 or $8,000, I’d rather give them an extra grand so they’re happy and they’re not going to think about it too much. Again, I don’t want to be a racist, but when I have a building—I can’t even say it because it’s not going to sound right.

He lowers his voice again:

If there’s a black tenant in the house—in every building we have, I put in white tenants. They want to know if black people are going to be living there. So sometimes we have ten apartments and everything is white, and then all of the sudden one tenant comes in with one black roommate, and they don’t like it. They see black people and get all riled up, they call me: “We’re not paying that much money to have black people live in the building.” If it’s white tenants only, it’s clean. I know it’s a little bit racist but it’s not. They’re the ones that are paying and I have to give them what they want. Or I’m not going to get the tenants and the money is not going to be what it is.


The scary part about doing this is, if the black guys start to realize how much the property will sell for. This is a new thing now, the past year. A million, two million dollars—it’s crazy, crazy numbers. None of them realize yet—some of them do—the amount of money you can get. The scary part is they’re going to realize they can get the same exact house in East New York for $400,000, $500,000 and they can get paid $1.5 million for their home in Bed-Stuy, they’re going to start dumping houses on the market and the market’s going to be flooded and it’s going to cool down. It’s already cooling down.

It’s so hard to get empty buildings. When you have an empty building it’s like gold. So we never flip buildings. One building we sold because in the Jewish religion there’s a weird thing where you don’t cut down a fruit tree. Some people really don’t give a shit about fruit trees. But most of the Hasidic Jewish people will not cut down a fruit tree. There’s one house in Borough Park where they cut down a fruit tree and there was nine fires over there in the last two years. Sometimes weird stuff happens. So we had a building, and the only way it’s working for us is if the fruit tree comes down. We spent $50,000 doing the plans and then found out there’s a fruit tree. We didn’t know about it. So we had to sell the building. It’s the only way I’m going to sell a building. A building is not really a selling thing. Buildings are for keeping.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:12 pm
דורך לית דין בר נש
אוי רבונו של עולם ווי איז דער אינגערמאן גיוועהן ווען מען האט געטיילט שכל?
עס איז גענוג ער טראכט דאס, זאגט ער עס נאך פאר אנדערע?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:23 pm
דורך איך אויך
ווי זעהסטו דא ראסיזם? דו לייקענסט אז ווייסע ווילן נישט וואוינען טיר ביי טיר מיט שווארצע? ווען דו ביסט און ריעל עסטעיט וואלסטו געקענט באשטיין צו פארלירן מיליאנען און האבען בילדינגס פול מיט דראג דילערס און פימפס פאר טענענטס?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:26 pm
דורך ברסלבער
אין דעם אויסצוג זאגט דער יונגערמאן אז זיינע ווייסע גוי'אישע טענענטס האבן נישט ליב קיין שווארצע שכנים. דאס האט גארנישט מיטן יונגערמאנ'ס מיינונגען.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:27 pm
דורך איך אויך
כ'זאג נישט אז דער וואלט ווען נישט בעסער אויסגעקומען (פון א ריין ביזנעס פערספעקטיוו גארנישט מיט ראסיזם) ווען ער האלט אביסל דאס מויל פארמאכט אבער ער רעדט לגבי ביזנעס און איך גלויב אז ווען עס רעדט זיך פון דיין באנק אקאונט מאכסטו ווען די זעלבע חשבונות.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:40 pm
דורך לית דין בר נש
אבער עכ"ז דארף מען וואטשן וואס מען רעדט ספיציעל ווען די ביסט א היימישע איד פון וויליאמסבורג און דיינע שכנים ווילן נישט וואוינען נעבן דיר אויכעט

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:41 pm
דורך יואליש
ווי זעהסטו רעדן פון דראגס און פימפס?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:45 pm
דורך איך אויך
אזויפיל שכל האט ער נאך געהאט נישט צו רעדן בב''ה ,אבער ווען ער ספעלט עס ווען יא ארויס וואלסטו ערשט געהאט וואס צו שימפן.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:56 pm
דורך יואליש
פונקט פארקערט. קיינער האט נישט קיין פראבלעם ווען ער פארדינגט נישט פאר פארברעכער, זאל עס זיין ווייסע, שווארצע, אידן צו גוים. אבער ער זאגט עפעס אנדערש, ראסיסטיש און אומלעגאל.

Re: ראסיזים און סופערסטישאן: א היימישע קוגל

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 5:12 pm
דורך שמערל
Happens to be איך האב מורא'דיג הנאה פון דעם אינטערוויו, קודם זאלן זיי אלע קראכן אז דער אינגערמאן דער שוטה אנאלפאבעט וכו' שארט גאלד אין בעד סטיי, און דער גרויסער קאפאציטעט גלערענטער גוי, איז א פרילענסער ביי ניו יארק מאגאזין....
נאכדעם דעס אליין וואס ער רעדט צאם אזעלכע פערדעריי, גיט אים א שטיקל גרין לייט אויף זיין נאאיוון ראסיזם, (וואס כ'האב נאכנישט געטראפן אין זיינע ווערטער) משא"כ דער ווייסער געלערענטער יאפי, וואס וויל נישט וואוינען מיט איינעם וואס האט א שווארצע גירל פרענד, איז דאך זיכער א ריכטיגער ראסיסטיש.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:26 pm
דורך petergrifin
שמערל האט געשריבן:Happens to be איך האב מורא'דיג הנאה פון דעם אינטערוויו, קודם זאלן זיי אלע קראכן אז דער אינגערמאן דער שוטה אנאלפאבעט וכו' שארט גאלד אין בעד סטיי, און דער גרויסער קאפאציטעט גלערענטער גוי, איז א פרילענסער ביי ניו יארק מאגאזין....


לא לחכמים לחם.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 8:35 am
דורך הקטן
יואליש האט געשריבן:ווי זעהסטו רעדן פון דראגס און פימפס?


Everyone wants them to leave, not because we don’t like them, it’s just they’re messing up — they bring everything down. Not all of them.


איך ווייס נישט פינקטליך פין ואס ער רעדט אבער נישט פין race - דו לעצטע מאל איך האב געטשעקט זענען אלע וואס זענען שווארץ די זעלבע race
איך זעה אין דעם אשכול מער סעלף-העטינג און סטיריא-טייפינג וואו רעסיזעם

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 11:25 am
דורך 13'טע עוועניו
איך מיין אז די נערישע סטעיטמענטס וואס דער חסיד מאכט האט טאקע צי פארדאנקען די חרדי'שע חינוך
אבער די שלעכטע התנהגות בנוגע די טענענטס האט גארנישט מיט חרדים, חסידים אדער אידן
עס האט נאר מיט די אמעריקאנער קולטשער.
איך שרייב מער דערוועגן אויף מיין בלאג.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 11:41 am
דורך אפטעמיסט
[tag]שלום דין[/tag] שרייבט מורא'דיג אויף פעיסבוק. אבער זיין bragging וועגן די א.ג. איין-שטיק-ליצנות ארגינעזאציע Yaffed איז אן אינסאלט פאר היומעניטי. די Yaffed רחמנות קעיסיס זענען נישט קיין caring individuals on the outside נאר אפאר שוטים וואס האבן פארשווענדעט געלט פאר ביל-בארדס וואס טוען גארנישט אויף. שלום, קיין טיפוש ביסטו נישט. Cut the crap please.
But most importantly, we can realize that things aren't going to fix themselves, and it's going to take a combination of brave individuals on the inside, and caring individuals on the outside (@Yaffed, for instance), who will push, prod, cajole, argue, encourage, threaten, too, if they have to, but mostly encourage for change to take place

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 11:58 am
דורך יואליש
שמערל האט געשריבן:נאכדעם דעס אליין וואס ער רעדט צאם אזעלכע פערדעריי, גיט אים א שטיקל גרין לייט אויף זיין נאאיוון ראסיזם, (וואס כ'האב נאכנישט געטראפן אין זיינע ווערטער) משא"כ דער ווייסער געלערענטער יאפי, וואס וויל נישט וואוינען מיט איינעם וואס האט א שווארצע גירל פרענד, איז דאך זיכער א ריכטיגער ראסיסטיש.


ס'איז זייער מעגליך אז אפרים אין זיין נאאיוון ראסיסטישע מיינד האט אויסגעמישט דאס אז די טענענטס ווילן נישט שכנים וועלכע זענען אויפן נידריגן סאסיאעקאנאמיק שטאפעל (און זענען לייקלי זיך צו באשעפטיגען מיט אומלעגאלע געשעפטן קאנטראלירט דורך גענגס) מיט זיין פאנטאזיע אז זיי ווילן נישט שווארצע שכנים. ס'איז אפי' מעגליך אז ווען ער זאגט "שווארצע," ווי א נאאיווע ראסיסט, מיינט ער באמת "פארברעכער" און בכלל נישט ראסע - - אזוי ווי מאנכע אויבן האבן פארשטייען אז שווארץ איז קאוד פאר דראגס און פימפס.

כ'האב זיך געדרייט אין בושוויק און אין קראונהייטס, כ'ארבייט מיט קאלעגאס וועלכע וואוינען דארט, און "אלע" וועם איך קענען זענען נישט ראסיסטן, עכ"פ אז זיי וואלטן קיינמאל געהאט א פראבלעם מיט א שכן'ס ראסע. איז מעגליך אז אפרים האט אנגעטראפן א גרופע ראסיסטן וועלכע קומען וואוינען קיין ברוקלין? אדער איז פיל מער לייקלי אז זיין פערסעפשאן און שפראך איז קאלירט ביי זיין אייגענע אנשואונגן?

Re: ראסיזים און סופערסטישאן: א היימישע קוגל

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:04 pm
דורך שמערל
שווער אריינצולערנען פשטים, אבער דאס איז וואס ער זאגט.

ביי מיר איז אויך קלאר אנע צל של ספק אז יאפיס זענען נישט קיין ראסיסטן, אבער מען קען פארענטפערן אונזער ר' אפרים אז די יאפיס טראסטן אים נישט אז עס איז שווארצע / ארעמע פריי, ווילאנג עס איז נישט אינגאנצן שווארץ פריי. וצ"ע

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:16 pm
דורך יואליש
איך זאג דאס נישט בלויז בתורות השערה. גם בתוך עמי אנכי יושבת, און כ'האב פריינד וועלכע זענען זייער טעטיג און פילן בושוויק רענטעלס פאר וויליאמסבורג'ע לענדלארדס. זייער אפיציעלע זשאב איז קודם זיכער מאכן אז דער שווארצער דינגט נישט ביי אים. נישט די קרעדיט רעפארט, בעקראונד טשעק, באנק אקאונט, פריערדיגע רענטעל היסטארי דיקטירט. קאליר דיקטירט! ווייל דער וויליאמסבורג'ער לענדלארד האלט אז שווארץ איז סינאנאמיס מיט ארימקייט און פארברעכען, און ער אין זיין קאפ פראזשעקט אז די ווייסע שכנים וועלן האבן א פראבלעם דערמיט.

ס'איז לאו דוקא א חסידישע פראבלעם. ראסיסים אין האויזינג איז טיעף מיט א טרויריגע היסטארי. פארדעם זענען דא די שטרענגע "איקוואל האוזינג אפורטוניטי".

כ'וועל איבער'חזר'ן. די ראסיזים שטעקט לאו דוקא אין דאס נישט וועלן פארדינגן פאר שווארצע, ווייל אויב אפרים שטייט צו פארדינען פון פארדינגן בלויז פאר שווארצע וועט ער דאס טוהן זייער גערן. די ראסיזים שטעקט אין ניצען ראסע און קאליר אלס א מעזשור ווער ס'איז רייך און אויפריכטיג אדער ארום און פראבלאמטיש.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:25 pm
דורך יואליש
איידער די שמועס ווערט צי היציג, לאמיר אפהאלטן א לייכטע מאמענט און דערמאנען אז אפרים האט מורא אז 9 פייערס זענען פארבינדן מיט א פרוכט בוים.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 3:22 pm
דורך הקטן
ער איז נישט אליין, ר' יהודה החסיד האט זיך אויך געזארגט אויף דעם.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 3:55 pm
דורך מאטי
פון א ביזנעס קוק ווינקל, אויב נעמען רענדאם שווארצע טענענטס איז פארבינדן מיט א גרעסערע טשאנס צו פאראורזאכן ווייניגער רווחים, אדער צומאל בלויז צו בלייבן מיטן קאפ העכערן וואסער, בין איך נישט אזוי זיכער אז ס'איז ראסיסטיש צו באפארצוגן ווייסע טענענטס. איז דאס א טראגעדיע? יא! אבער ביזנעס איז ביזנעס.

ווען איינער לייגט ארויף שטערקערע שלעסער אין א טונקעלע געגנט צוליבן חשש אז מ'וועט איינברעכן בעת אין א ווייסע געגענט וואלט מען נישט געלייגט, איז א ראסיסט? אדער פשוט לאגיש געטראכט! ריעל עסטעיט אגענטן זענען דא צו מאכן געלט און נישט צו פאררעכטן די וועלט.

פון דארט ביז בראגירן דערוועגן אין פובליק איז שוין א צווייטע מעשה.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 4:00 pm
דורך הקטן
אפרים זאגט:
איך זאג דאס נישט בלויז בתורות השערה. גם בתוך עמי אנכי יושבת

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 4:25 pm
דורך יעקב מענטש
זייענדיג גוט באקאנט אין די ריעל עסטעיט מארקעט פון וואס אפרים רעדט, לאמיך דא אויסקלארן אפאר זאכן,

1) די יאפיס זענען -בדרך כלל- נישט קיין ראסיסטן, נאר רוב פון זיי זענען גאר פארקערט, זיי זוכן איקוואליטי, ווי נישט ווי זענען זיי דאך איינגעשריבן אדער הערשט יעצט ארויסגעקומען פון קאלעדזש וואס זענען ליבעראלע פעסטונגן, ווי די שווארצע ווערן גאר בעפארצוגט. און במילא שטימט עס נישט מיט די מציאות, דאס וואס ער זאגט אז די ווייסע חברה האבן מורא פון א שחור. וואס 'קען זיין' אז ער האט יא געמיינט איז, אז א ווייסער האט מורא פון א 'ביליגער שחור' וואס הכרת פניו ענתה בו אז ער טויג נישט, פון די סארט שחורים וואס זענען געווען אונזערע שכינים פאר די געגנט איז געווארן דזשענטריפייד, וואס פאר זיי, אויפוואקסענדיג אין א גענצליך ווייסע געגנט, איז עס אימת מות צו וואוינען בשכינות פון אזא איינעם,

2) לגבי די לענדלארדס, איז אמת אז 'אמאל' זענען זיי געווען איבערצייגט (און געוויסע אלד סקול חברה זענען נאך אלץ איינגערעדט, אבער זיי זענען ממש א מיעוט) אז, א) א שחור איז א שלעכטער טענעט, פשוט ווייל די סארט טענענטס וואס ער האט געהאט ביים איבערנעמן דעם בילדינג זענען געווען פון די שוואכערע סארט, פון וואס זיי האבן נאר געהאט צו עסן חריין, און דערפאר איז אויטאמאטיש געווארן אז שווארץ = שלעכט, (אבער נישט פון ראסיזם פאר די אלגעמיינע שווארצע באפעלקערונג, נאר פשוט צו פראטעקטן זייע נכסים, און זייענדיג פינאנציעל פארוואנדעט פון שווארצע/ספאנישע צרה לייט), ב) די זעלבע פאלשע החלטה וואס דער חסר דיעה אפרים האט געמאכט, אז ווייסע האבן נישט ליעב/האבן מורא פון שווארצע,
אבער כהיום יום טוט קיין איין נארמאלע לענדלארד (וואס איך ווייס, און איך קען אסאך... ), נישט דיסקרימינירן, און אלעס ווערט געבעיסד אויף קרעדיט, אינקאם און רענטעל היסטאריע, (אויסער ממש אפאר יחידים)


3) די זעלבע ראסיזם פון וואס אפרים רעדט, האב איך געהערט צוויי וואכן צוריק פון א ספאנישע לענדלארד...., סאו הערטס אויף צו האקן אין קאפ אז אונז זענען מחנך א דור פון ראסיסטן, און אונזער געזעלשאפט איז דער גורם פון דעם מוחלאזע אינגערמאנ'ס פלאפלערייען, און סאמהאו דארף דאס צו ווייזן אז אידן האבן פשוט פיינט שווארצע, דאס איז שוא ושקר!!

פאר איינעם וואס איז אין די ליין, איז די זאך גאר באקאנט, און פארשטייט אז ס'האט גארנישט מיט ראסיזם, אזוי ווי דיין ווייב וואלט זיך נישט געדרייט אין איסט ניו יארק נעבן די פראדזשעקטס איינזע באנאכט אליינס, אבער וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו דרייען אין יוניאן סקווער אין די זעלבע שעה, און איך גלייב נישט אז דו וואלסט געהייראט א ראסיסט...

נאר וואס דען ? צו רעדן אזוי אין פובליק, - אפי' ס'איז אמת - איז א אינדיקעישאן אויף שכל דעפישענסי,


אויב ווילט עטס דוקא וויסן, האט מיר אמאל א בראוקער געוויזן א טעקסט וואס ער האט באקומען פון א ווייסע קליענט, און זי שרייבט דארטן אז זי וויל נישט וואוינען נעבן האסידים, the ones with the garb' און נאכדעם שרייבט זי ווייטער -זיך צו פארענטפערן - i'm not anti semitc, i have a lot of jewish friends, but i dont wanna live next to the ones with garb' (איך געדענק נישט פונקטליך איר לשון, אבער דאס איז וואס זי האט געשריבן)
אפשר דארף איך שיקן דעם מאגאזין צו כאפן א שמועס מיט די אשה חכמה, וואס וועט אפשר לאזן גיסן וואס 'זי' האט אין בויך.
און האלטסט אז זיי גייען פובלישען די רעזאלטס ? איי דאונט טיק סאו,

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 5:29 pm
דורך וכדומה..
גם אני מצטרף, איך זע נישט קיין שום ראסיזם און זיינע ווערטער, ער איז א ביזנעסמאן, און ער רעדט ריין ביזנעס סטראטעגיעס