בלאט 1 פון 4

אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 3:10 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]הרב פנחס שלום בן סימא מירל ובנו הגדול של כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א דארף א ישועה.

ווי איך הער האט ער געהאט אן אפעראציע אויף זיין שדרה פאריגע וואך דאנערשטאג. דער אפעראציע נעמט אריין גרויסע ריזיקעס. ביים סוף פון די אפעראציע איז ער אריין אין קארדיאקארעסט (הארץ אטאק). מען האט אים געדארפט אינטערבעיטן. ביז מען האט אים צוריק געברענגט להאי עלמא. מען האט אים ארויף געהאקט צו א רעספערעיטער און געהאלטן איינגעשלעפט ביז נאך שבת. פאר עפעס א סיבה האבן די דאקטוירים מחליט געווען אז מען גייט אים מאכן א טרעיק. זיי האלטן אז לעולם וועט ער דארפן די רעספערעטער ווען ער שלאפט. און אזוי אויך אויב ער וועט עס דארפן כל היום זאל עס זיין לייכט צו קאנעקטן.

שמעתי אז ער האט זיך נעכטן אויפגעועקט און מלא יסורים, ווי מען האט אים געבינדן צו די בעט אז ער זאל נישט ארויס רייסן די רעספערעטאר.

צווישן חסידי וויזניץ מאנסי רעדט מען כמעט נישט פון דעם.

עס קען זיין אז געוויסע פרטים זענען נישט פונקטלעך מדוייק. אויב איינער ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן.

די ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין פאר פנחס שלום בן סימא מירל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.[/justify]

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 3:17 pm
דורך חקרן
איך קען אים, ער איז א צדיק נסתר, אן עובד השם במסירת-נפש. זאל אים דער אויבערשטער שיקן א רפואה שלימה בקרוב.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 3:52 pm
דורך צדיק נסתר
חקרן האט געשריבן:איך קען אים, ער איז א צדיק נסתר.

נישט געוואוסט אז דו קענסט מיר :lol:

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 5:10 pm
דורך ונבנתה העיר
די לעצטע תקופה איז ער געווען צומישט.

ביינאכט באנוצט ער זיך שוין לאנג מיט אן אטעם מאשין.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:04 pm
דורך שבת אחים
איך וואונדער זיך ווי א חבדסקער ווי אייך ווייסט פונקטליך וויאזוי וויזניצער רב שלאפט מיט א מאשין ,כ׳מיין גארנישט שלעכטס , אבער ווי קומט די קאטץ איבערן וואסער ?

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:29 pm
דורך ראש הישיבה
ונבנתה העיר האט געשריבן:די לעצטע תקופה איז ער געווען צומישט.

ביינאכט באנוצט ער זיך שוין לאנג מיט אן אטעם מאשין.


נישט אן אטעם מאשין א C-PAP מאשין. דאס איז געמאכט פאר די וואס ליידען פון סליפ אפניע (SLEEP APNEA). דאס איז א מחלה וואס מאכט אז בשעת מען שלאפט רוהט מען זיך נישט אויס, ווייל מען אטעמט נישט גענוג טיף, און עס קומט נישט אהן גענוג אקסעדזשין צו די מח. דער מחלה באטרעפט איבער 18 מילליאן מענטשן. די עצה פאר דעם איז צו ניצן א מאשין וואס בלאזט אריין די מאשין אז די מענטש איז געצווינגען צו אטעמען טיפער. איך קען עטליכע וואס ניצן אזא מאשין. מען ווערט נישט צומישט וועגן דעם. מען ווערט נאר מער אויסגערוהט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:58 pm
דורך שבת אחים
ראש ישיבה וואס איז זיין מצב דרך אגב ? האט זיך עפעס געטוישט ? איז ער אין א סטאביל מצב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:59 pm
דורך ראש הישיבה
איך ווייס נישט. איך בין נישט באקאנט. לויט ווי איך הער ווערט עס סטאביל. אבער ער גייט בלייבן לעולם מיט א טרעק. דאס מאכט אים פאר חולה פאר זיין לעבן.

Re: אב"ד וויזניץ בארא פארק לרפו"ש

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:45 pm
דורך משה פיטות
יעצט גייט ער שיון זיין א עכטע נעבעך [emoji6]

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 11:33 pm
דורך חקרן
עפעס איז געווען גוטע נייעס דעם יום טוב. ווייסט איינער מער?

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 11:28 am
דורך היסטאריקער
ער מאכט חתונה א אייניקעל היינט נאכט

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 4:16 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
חקרן האט געשריבן:עפעס איז געווען גוטע נייעס דעם יום טוב. ווייסט איינער מער?

איך האב געדאווענט אין וויזשניץ דעם יו"ט העעל"ט און דארטען רעדט מען נישט דערפון, צו דענייעל אדער אנדערע סיבות, כ'ווייס נישט.
איך האב געפרעגט זיין זוהן וואס דער מצב איז האט ער געזאגט די פיבער איז אראפ, דאס איז די גוטע נייעס.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:37 am
דורך ישמעאל הכהן
אוועק

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:39 am
דורך קאך_לעפל
אצינד קומט אריין די ביטערע בשורה... בד''ה הגה''צ רבי פנחס שלום האגער ז''ל בן הגה''צ רבי מרדכי שליט''א שבק לן חיי... ער האט צירוק געגבן זיין אויסגעלייטערטע נשמה פארן אדון כל הנשמות... זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל... עד שיעמוד לתחיה לקץ הימין.. תנצב''ה

Re: אב"ד וויזניץ בארא פארק לרפו"ש

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:42 am
דורך [NAMELESS]
אוי וויי!
איינער האט אפשר א פיקטשער פון אים?

אוי וויי

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:47 am
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אוועק

אמתדיג???????? ברוך דיין האמת!!!!!!!!!!!
ווער האט זיך געגלייבט אז אזא ערליכע יוד איז אזוי יונג אוועקגעריסן געווארן פון אונז! זעט זיך אויס אז דער באשעפער האט אים געדארפט לעבן זיך.
ראשעקאל האט געשריבן:אוי וויי!
איינער האט אפשר א פיקטשער פון אים?

אפשר פרעגסטו וואס איז די נאמען צו לערנען א משנה לע״נ? אדער ווי עס איז די לויה?

אב"ד וויזניץ בארא פארק לרפו"ש

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:50 am
דורך א איד
די נאמען האט ער דאך שוין געזעהן, און די לוי׳ וועט מסתם זיין אין וויזשניצע ביהמ״ד אין מאנסי, נו בלייבט נאר איבער צו פרעגן אויב איינער האט א פיקטשער פון עם

Re: אב"ד וויזניץ בארא פארק לרפו"ש

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:51 am
דורך [NAMELESS]
איך לערן נישט משניות און גיי נישט צו לוויות פון יעדע רבי'שע מענטש. אז כ'וועל זעהן א פיקטשער פון אים וועל איך וויסן אויב איך האב אים געקענט און דעמאלטס וועל איך דעסיידן אויב איך וועל גיין צו די לויה

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:52 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:איך לערן נישט משניות און גיי נישט צו לוויות פון יעדע רבי'שע מענטש. אז כ'וועל זעהן א פיקטשער פון אים וועל איך וויסן אויב איך האב אים געקענט און דעמאלטס וועל איך דעסיידן אויב איך וועל גיין צו די לויה

Ok, איך צו צוריק.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:53 am
דורך שמעון וואלף
בד"ה

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:57 am
דורך ישמעאל הכהן
rps20150604_105442.jpg
rps20150604_105442.jpg (163.78 KiB) געזען געווארן 2277 מאל

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 11:02 am
דורך פאפיטעס
.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 11:07 am
דורך ראש הישיבה
ביטע מפני כבוד המת האלטן צימעס נושאים אינדרויסן.

שכוח