“גדוד הטמיר ונעלם'ניקעס" ('פה-סח' מאסף לכל המחנות)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

“גדוד הטמיר ונעלם'ניקעס" ('פה-סח' מאסף לכל המחנות)

שליחה דורך איך אויך »

טייערע מיטגלידער אינעם שטיבל: מפני איזהשהו סיבה האב איך נישט באמערקט אז ידידי היקר שמעקי האט מיר שוין אריינגעשיקט באישי מיין רעדאגירטע ארטיקל א שטיק צייט צוריק ,איז נאט אייך מיינע פאר שורות און זאל דאס דינען ווי א מאסף לכל המחנות.




[center]"גדוד הטמיר ונעלם'ניקעס"
סיפור לכבוד היארצייט של הרה"ק האמרי חיים זצ"ל, ט' ניסן תשל"ב.

=====================

פרק א'
א שבת אין צפת
[/center]

אה, וויפיל די דריי ווערטער אליינס שטעלן מיט זיך פאר! און ברענגט צוריק נאסטאלגיע פון די תקופה וואס די ארומיגע בערג זענען געווען א דרייאונגס-ארט פאר גדולי ומצוקי ארץ.

אין איינע פון די געדרייטע צפת'ער שטעגן שפאצירט זיך א איד געמיטליך, ער איז זיך מתענג בנועם השבת און אטעמט אריין די ריינע לופט. נאך א רגע גייט ער אנקומען למחוז חפצו, צום אכסניא פונעם הייליגן זיסן צדיק ר' חיים מאיר'ל מ'וויזניץ זצ"ל וואס האט דאן געוויילט אין שטאט.

צו זיינע אויערן איז אנגעקומען די שמועה איבער דעם וואונדערליכן טיש וואס דער רבי רעכט אפ. "קינדער, בחורים, יונגעלייט ואף ישישים שטייען אויף זייערע פיס שעות ארוכות און קענען זיך נישט גענוג אנזעטיגן פונעם רבין'ס שטראלנדע צורה", האט מען עם פארציילט, און צוגעלייגט: “זיי רירן זיך נישט פון ארט אפילו פאר א רגע פן יפסידו איין תנועה'לע, איין שטילע קרעכץ אדער שמייכל מלא חיות דקדושה".

יעצט פירן אים זיינע פיס ווי פון זיך אליינס צום רבין'ס אכסניא. שוין פון אינדרויסן הערט זיך קולו הערב לחיך ולאוזן פונעם רבי'ן. די זמירות שבת גיסן זיך פון אים בנעימה שובת הלב און אלע זיינע אברים זאגן איין זאך: ה', מי כמוך!

כדרכו בקודש, האט דער רבי אריבערגעפירט זיין בליק אויפן עולם הנצבים עליו. און דער בליק האט חודר געווען כליות ולב און אויסגעוואשן אידישע נשמות.

גייט דער הייליגער בליק פון איינעם צום צווייטן און פלוצלינג שטעלט זיך עס אפ אויפן נייעם גאסט: "הו, דו ביסט דא?" הערט זיך דעם צדיק'ס קול און אלע דרייען זיך אויס אין זיין ריכטונג. "דו ביסט דא? ביסט דאך משוגע!"

עס איז דעם איד געווארן קאלט און ווארעם.. אויף איינמאל האבן זיינע זכרונות קאמערלעך זיך ברייט צועפענט און אים געפירט צוריקוועגס א היבשע פאר יאר, אל ימים וזמנים אחרים. צו א פרק בחייו וואס ער האט שוין כמעט פארגעסן, אבער דא קומט דער רבי און בבת אחת דערמאנט אים. ער, דער בעל המעשה, האט שוין כמעט פארגעסן, אבער דער רבי נישט!


[center]פרק ב'
די "טמיר ונעלם'ניקעס" בריגאדע
[/center]

די צווייטע וועלט מלחמה בוזשעוועט במלוא עוזה, די רויך פון די קאלך אויווענעס שלאנגט זיך אל-על אן אויפהער, מיטנעמענדיג מיט זיך הונדערטער טויזענטער קדושים וטהורים הי"ד.

ספעציעל מסוכן איז געווען פאר די מענער אינעם יארגאנג צווישן 18 און 40, דאן האט די אונגארישע אויטאריטעטן ארויסגעלייגט א געזעץ אז יעדער אן אויסנאם מוז זיך 'שטעלן', און ווערן צוגעטיילט עבודת פרך צו האקן האלץ און אנדערע דערנידערנדע ארבייט. א חלק זענען אזש פארשיקט געווארן צו די ענדלאזע אוקריינע וועלדער פאר מינע-רייניגונג ארבייט, פון וואו א גאר קליינער פראצענט איז צוריקגעקומען בין החיים.

פילע האבן מקדם געווען פני הרעה, אנטלויפנדיג בעוד מועד טיפער אריין קיין רומעניע, און במיוחד קיין גראסווארדיין וואו דער אמרי חיים האט פארארבייט מעשים מיט אוממענטשליכע כוחות זיי צו ראטעווען און פלעגן.

אט פאר די נעבעכדיגע פליטים האט דער רבי אויפגעשטעלט זיין "טמיר ונעלם בריגאדע", אדער ווי מען האט זיי גערופן: "ט"וניקים". די "טו"ניקים בריגאדע" איז באשטאנען פון הונדערטער אידן, צווישן זיי אידן מכל המינים והסוגים.

דער רבי האט זיך געזארגט פאר אלע זייערע געברויכן. זיין קאך און הויז איז פארוואנדעלט געווארן אין איין גרויסע 'הכנסת אורחים'.

ע"פ רוב האבען זיך די ט"וניקים באהאלטן במשך דעם טאג אינעווייניג, ווייל אינדרויסן האט געהערשט א טאפעלטע סכנה, א יעדע ליאדע מינוט האט געקענט פארקומען א "ראזיא". נאר בחסות החשיכה, אין די טונקלקייט פון די נאכט האבן זיי זיך ערלויבט ארויסצוקריכן און זיך קומען מסתופף זיין בצל רבינו.

איבריג צו באצייכענען די גרויסע סכנה אין וואס דער רבי האט זיך דערמיט אריינגעלייגט. די געזעץ האט קלאר געלויטעט אז האלטן א פליכטלונג פונעם מיליטער איז עונשו אחת דתו למוות, אבער רבינו האט זיך נישט צו טוהן געמאכט דערפון און פון די הונדערטער פאר אויגן פון די חיות טרף די דזשאנדארן וואס האבען געזוכט די פליכטלונגס בלי הרף.

טאקע אסאך פון זיי זענען אהין אנגעקומען מיוזמתם הם, אבער רבינו האט עקסטער פארארבייט מעשים איינצוליידענען מער און מער פון זיי צו זיך.

ווי עס פארציילט ר' ישעי' וויזל, א סאטמארער חסיד פון חוסט: "איך האב באקומען צוויי בריוון פונעם מיליטער זיך צו קומען שטעלן און מ'האט זיך נישט צו טוהן געמאכט, די דריטע מאל איז אויסגעקומען ב' דראש השנה תש"ד. דאס מאל האט מען שטארק חושש געווען אז זיי גייען קומען מיך זוכן, האב איך מחליט געווען נעלם צו ווערן און זיך ארויסגעלאזט קיין גראסווארדיין וואו איך בין אנגעקומען לחצר הקודש נאך סליחות פון ערב ר"ה "זכור ברית", און כ'בין תיכף אריין צום רבי'ן און פארציילט מיין צרה".

"יא ישעי', מיר וועלן זיך אי"ה 'שטעלן' צו מלכיות זכרונות ושופרות", זאגט אים דער רבי. "דא לעבן די פארענטשעס וועסטו דיך שטעלן!" און דער רבי לייגט צו: "ווי געפעל איך דיר אלס גענעראל? איך פארמאג א שיינע בריגאדע און דו קענסט דיך מצטרף זיין". גלייך איז ר' ישעי' געגאנגען טעלעפאנירן זיין מאמע אז ער בלייבט דא אויף ר"ה.

ר"ה צופרי איז דער רבי אריינגעקומען אין א פריע שעה און צוגעגאנגען צו אים, זאגנדיג: "ישעי', פארגעס נישט אז היינט דארפסטו דיך שטעלן אויף די פארענטשעס" (דהיינו בקרבת מקום לרבינו). און טאקע אזוי האט ער געטוהן, טראץ די גרויסע שטופעניש ולחץ פון ארום.

מוצאי יו"ט איז ער אריין צום רבי'ן און אים געזאגט אז ער קלערט אהיימצוגיין ברענגען זיינע חפצים כדי ער זאל קענען זיך אהערציען. נאך וואס רבינו האט אים אויסגעפרעגט זיין געפלאנטע ראוט האט ער געזאגט אז ער זאל נעמען די שנעלצוג וואס פארט ארויס פון סאטמאר 2 אזייגער ביינאכט, און זאל נישט ווארטן ביז די באן פון צופרי, ווי זיין פלאן האט אריגינאל געלויטעט. נאר נאכדעם וואס ער האט געפאלגט דעם רבי'ן פונקטליך האט ער געהערט אז יענע צופרי האט זיך אראפגעלאזט א מחנה פון 12 סאלדאטן אויף זיין עלטערן'ס הויז אים צו זוכן.

אזוינע מעשיות זענען פארגעקומען לעשרות. ווי עס פארציילט אונז ר' חיים ווייס: "איך בין אנגעקומען אויף ר"ה צום חצר הקודש אין גראסווארדיין און געוויזן פאר רבינו מיין צו התייצבות. רבינו האט געגעבן א בליק דערויף און זיך אנגערופן "עפעס יעדעס פלאץ וואס מען רופט דיר מוזטו גיין? בלייב דא מיט אונז!". וכך הוה, איך בין געבליבן אינעם ט"ו בריגאדע און מער נישט גערופן געווארן צום מיליטער".

איינמאל בעיצומו פונעם פרייטאג צו נאכטס טיש, בעת די חסידים זענען געשטאנען ארום און געזונגען "רננו צדיקים", האט זיך פלוצלונג אריינגעריסן א קבוצה זשאנדארמען. די בחורים האבן פראבירט צו אנטלויפן מיט א בהלה, אבער די פאליציי האט זיי פארשטעלט דעם וועג. נאר רבינו האט זיך אנגעגארטלט בעוז און ווייטער געזונגען, טייטלענדיג אויף יעדן עקסטער: "כי בשם קדשו בטחנו, בטחנו". די זשאנדארמען האבען זיך ארומגעקוקט בהשתאות אבער האבן דערנאך פארלאזט דאס פלאץ.

אן אינטרעסאנטע אויסשפראך האט מען אמאל געהערט פון רבינו אין יענע טעג, אין איינע פון די שבתות חודש תמוז תש"ג. וכה אמר בדרך צחות: "כל הזבחים שנזבחו שלא לשמן כשרים", דהיינו די אלע בחורים וואס האבן שריפטן שלא לשמם... אויף אנדערע נעמען, אבער מ"מ כשרים הם, נאר זיי מוזן אכטונג געבן "אלא שלא עלו לבעלים לשם חובה", עס זאל ח"ו נישט ארויסקומען א חוב פאר די עכטע בעלים.

ר' נחום מערינג איז זיך געקומען געזעגענען מרבינו מוצאי ר"ה תש"ג, און געפרעגט א עצה אז היות ער האט באקומען א באפעל זיך צו שטעלן אין 'ביסטריץ', צי זאל ער גיין צי נישט. "בלייב דא אין מיין מיליטער", איז געקומען די תשובה. ר' נחום האט געהאט א חשש אז זיינע עלטערן וועלן ליידן דערפון, אזוי ווי עס האט פאסירט אין די פאראנגענהייט ווען זיינע ברודער האבען זיך נישט געשטעלט, און בדרך אגב האט ער פארציילט אז ער האט זיך שוין געשטעלט 3 מאל און אייביג באפרייט געווארן. "אויב אזוי", זאגט אים רבינו, "האסטו שוין חזקה. גיי שטעל דיך און וועסט אי"ה ניצל ווערן". ר' נחום האט געפאלגט און ביים שטעלן האט מען אים פארטיילט ארבייט בתוככי אונגארן, און אזוי איז ער ניצול געווארן בשעת מען האט דעפארטירט די אונגארישע אידן קיין אוישוויץ.

ר' יודל גליק איז גערופן געווארן אריינגערוקט צו ווערן אינעם 'מונקא-טאבאר' צוואנגס בריגאדע, איז ער געפארן פון זיין שטעטל 'מיהאיפאלווא' צו רבינו אנפרעגן כדת מה לעשות. "אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה", זאגט אים דער רבי. כלומר, בלייב אינדערהיים. "אבער מען קען מיך דאך גוט אין שטעטל?" פרעגט ער. "אה, מען פארט קיין קראלי און דארט ווייסט מען שוין וואס מען האט צו טוהן". איינע פון די קראלי איינוואוינער האט געהאט ביי זיך דאקומענטן מטעם די מיליטער אז פלוני אלמוני איז באפרייט מסיבות פון געזונטהייט. 2 גאנצע יאר האט זיך ר' יודל ארומגעדרייט מיט די דאקומענטן אויף די פריי.

[כהנה וכהנה איז פאראן פילע סיפורים און מופתים נאר 'איך אויך' האט נישט קיין כוח זיי מעתיק צו זיין]

[center]פרק ג'
לזוכר נשכחות ביום השבת
[/center]

דאס אלעס האט זיך אונזער צפת'ער אידל דערמאנט שטייענדיג בפני רבינו, הערענדיג די סטעיטמענט "ביסט דאך א משוגענער!"

געווען איז ער בכלל נישט פון א וויזניצער שטוב, אבער ער איז געקומען מיט א געוויין צום רבי'ן היושב בגראסווארדיין, ווי יעדער האט באקומען צוגעפאסט פסוקו, ודבר אחד מדבריו לא נפל ארצה.

דער רבי האט עם אפגעמאסטן מיט זיין בליק און אויסגערופן מיט פאטאס "דו ביסט דאך א משוגענער!". ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט אט די מאדנע רוף אים באטראפן. אזוי נעמט מען אויף א צובראכענעם איד? מען לייגט נאך צו כאב על כאבו?

בפחי נפש איז ער ארויס פונעם רבין'ס צימער, און זיך גענומען דרייען אין די גאסן כסהרורי ,זיינע הרגשים האבן געברויזט אן אויפהער, 'יא, איך בין משוגע'.... פארן גלייבן די סיפורי מופת וואס מען פארציילט אויפן רבי'ן... און אזוי ציטערנדיג ווי א בלעטל איז ער באין ברירה זיך געגאנגען שטעלן.

די בדיקות זענען אדורך אן קיין ספעציעלע אויסנאמען, ער איז אריבערגעפירט געווארן מפקיד לפקיד און באקומען צוגעשריבן הויכע אויסצייכענונגען ווי עס פאסט זיך פאר א געזונטע אינגע בחור שכוחיו במתניו. דאס הארץ פלאטערט אים מרגע לרגע העכער און העכער, אט שטייט ער שוין מיט די נשמה אין הענט פארנט פונעם לעצטן פקיד. יענער שענקט אים א שנעלן בליק און דרייט זיך אוועק דאס פנים בבוז, "הא ,ער איז דאך משוגע!"

בחור דנן קוקט עם אן מיט ליימענע אויגן, שטייענדיג אינגאנצן פארגליווערט, נישט פארשטייענדיג וואס דא קומט פאר. "מיר האבן נישט קיין שום נוצן פאר משוגעים אויפן פראנט", זעצט דער פקיד פאר, "גיי דיר פון דאנען זאפארט אהיים!"

עס זענען נישט אריבער מער ווי אפאר מינוט, און ער טרעפט זיך ביים אנדערן זייט גדר מיט א תעודת שחרור אין טאש, כתוב וחתום אלס א סערטיפייד משוגענער. עס איז נישט געווען עפעס זיסער פאר זיינע אויערן ווי דער כינוי 'משוגענער'.

יארן זענען פארביי, ער איז טאקע אדורך די מאורעות המלחמה, אבער נפשו הייתה לו לשלל, ער האט זוכה געווען לעלות לארצינו הק' און זיך באזעצן בעיר הק' צפת.

ער האט שוין טאקע פארגעסן, אבער דער הייליגער רבי וואס אפילו ער האט אים נאר געזעהן דאן אויף אייניגע קורצע מינוטן, נחקק בזכרונו מיט זיין זעלטע אהבת ישראל.

זיעוכ"י אמן.

(קרעדיט: המבשר עש"ק מצורע תשע"א, נערך ותורגם ע"י 'איך אויך' מק"ש)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: “גדוד הטמיר ונעלם'ניקעס" ('פה-סח' מאסף לכל המחנות)

שליחה דורך א איד »

יא יא כהאב פארציילט די מעשה פאר מיינע קינדער, און ארויסגעברענגט די מוסר השכל, אז ויען די רבי שרייט משוגענער ווערט מען נישט באליידיגט.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעדער נעמט ארויס א מוסר השכל אויף זיין ענין....
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט