בלאט 1 פון 2

Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 12:47 pm
דורך Milk shake
מיר רישן זיך בשעטו"מ צו עררייכן א נייעם עס יו ווי כפי מנהג רבותינו ואבותינו, די ריזיגע געז פרעסנדע סובארבאן - יוקאן איז ארויס פון שאלה, גלייך מיט די אנדערע לוקסוריעזע ווי טאיאטא סעקאיא וכדןמה, מיר קוקן אריין אין די שוה לכל נפש'דיגע פיילאט און היילענדער, אדער ניסאן פעטפיינדער, ווער ס'קען רעקאמענדירן און געבן זייער עקספיריענס, ביטע קומטס פארווערד,

מיט דאנק

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 12:54 pm
דורך ישמעאל הכהן
מ'זאגט אז די היילענדער איז אויבן צווישן די דריי

Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:12 pm
דורך אבי גערעדט
פעטפיינדער האט זיך בארימט געמאכט מיט א נישט צו גוטע דרייוו, פיילאט איז נישט שלעכט, אבער זייער באלקי, בלייבט איבער די היילענדער

Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:25 pm
דורך יואב
א שנעלע תגובה נאר, כ'וועל אפשר באלד אז כ'וועל האבן צייט שרייבן מער איבער דעם.

אויבן אויף ווען ס'קומט צו האנדא vs טאיאטא איז דאס געווענליך אין דער זעלבער רענידש, פשוט מיט א מעטטער אף טעיסט. אויב בעפארצוגט איר א מער שטילע, רואיגע דרייוו, דאן גיי מיט טאיאטא. אויב ברויכסטו ליבערשט א קאר וואס האט א ראף דרייוו, זיצט בעסער אויפ'ן ראוד און האט א בעסערן פיק-אפ דאן גיי מיט האנדא.

דער יעצטיגער פיילאט איז א שטיקל פלאפ, דעם זומער אבער קומט ארויס א נייעם פיילאט אזאנס און אזעלכס. אויב קענסטו ווארטן א חודש צוויי גלייב איך אז ס'לוינט זיך.

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:34 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'קוקט מיר אויס אז די פלאץ מאחורי פאר פעקלעך איז נישט אייניג ביי די דריי, פאר מאנכע איז דאס א וויכטיגע פאקטור.

Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:35 pm
דורך petergrifin
איך וויל נישט פארדרייען נאר אז מען רעדט וועגן קראס אווערס/suv וויל איך טאקע וויסן. פארוואס זאל איינער ליסען א פיילאט אדער היילענדער אנשטאטס א סיענע אדער אדעסי? א מיני ווען האט מער פלאטץ און ס'איז ביליגער, און דער אדעסי מיין איך באקומט אפילו בעסערע mpg.

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:43 pm
דורך שמעקעדיג
פיטערל, עס איז א מעדער אף טעיסט, מענטשן זענען גרייט צו מוותר זיין אויף די פאר דאלער, ס'ביסל פלאץ אדער בעסערע MPG אבי צו האבן א קאר וואס געפעלט.

ווי יואב זאגט, די נייע פילאט וואס קומט ארויס זומער - וועלכע איז באזירט אויפן אויסגעצייכנטן ACURA MDX - איז זיכער ווערד צו נעמען אין באטראכט. די יעצטיגע פיילאט האט א הארטע אומבאקוועמעע רייד.
די פעטפיינדער - כדברי אבי גערעדט הנ"ל - איז געווען א נארישע SUV ביז א יאר-צוויי צוריק, ווען ניסאן האט אנגעהויבן אריינגעלייגן כוחות אז עס זאל פארן די זעלבע סמאאד און שטיל ווי די היילענדער, און איז בערך די זעלבע גרויס.
אבער פארט האט עס נישט די קוואליטעט און דויערהאפטיגקייט וואס טאיאטע האט. הגם פאר א ליעס מאכט עס א קליינע נפק"מ.
עז אף נאו, וועלן מיר מיטשטימען מיט ישמעאל, די היילענדער שטייט אויפן שפיץ ליניע, און טאיאטע וויסן דאס, און דעריבער פאדערן זיי פרייזן העכער ווי די אנדערע.
סיי וויאזוי, זאלסטו מצליח זיין און גיין בדרכים ישרים וטובים.

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:54 pm
דורך שמעקעדיג
זעה דא א קאמפעריסאן צווישן 3-רייעס-זיצן SUV
www.motortrend.com/roadtests/suvs/1408_ ... crossovers

ווי געזאגט, די פעטפיינדער שטייט כמעט אייניג מיטן היילענדער.

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 6:03 pm
דורך הוגה
און אז מ'רעדט שוין, איך קלער פון נעמען א Nissan Rouge. די סיבה איז ווייל בעצם זיך איך א סודען מיט נידעריגע געז מיילידזש ווייל איך בין אסאך אויף די ראוד. אבער איך דארף דער איבעריגע זיץ בערך צען פופצן מאל א יאר ווען איך פאר מיט די גאנצע משפחה.

וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט די pros and cons פון די Rouge, און אויך אויב עס איז דא אן אנדערע קאר מיט מינימום זעקס זיצן וואס עסט נישט אסאך גאזאלין און איז גרינג אויף די קעשענע.

(אגב, פארוואס זאגט מען "עסט/פרעסט געזאלין" און נישט "טרונקט גאזאלין"?)

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 6:16 pm
דורך אפטעמיסט
און איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז נעמען א 15 פעסענדזשער ווען פאר מיינע דרייצן קינדער. נעקסט, צוליב מיין ווייב'ס שוואנגערן מיט א דרילינג, קומט א געלע באס אדער באוינג 747.

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 6:46 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך וואלט געגאנגען מיט עירבאס.

Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 7:45 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
אויב ווילסטו נישט משנה זיין ממנהג רבותינו הק׳ דארפסטו נעמען א יאקאן בעסער מיט א לעלא אבער א לעלא איז נישט א מאסט. אויך אויב מעגליך איז א אפישל פלעיט א גרויסע הידור.

נשלח: מוצ"ש מאי 16, 2015 9:51 pm
דורך שמעקעדיג
ביטע נישט פארגעסן אז דא איז אחיעזר, נישט שמייכל.

Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:30 am
דורך שאולדיספריםפאקער
פארוואס רעדסטו נישט אויך פונעם דאדטש דארענגאו אדער פונעם פארד עקספלארער


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:36 am
דורך שאולדיספריםפאקער
דער נייער האנדא פיילאט

Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:52 am
דורך נולד מאוחר
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:פארוואס רעדסטו נישט אויך פונעם דאדטש דארענגאו אדער פונעם פארד עקספלארער


Sent from my iPhone using Tapatalk

און פון שעווי טרייווערס?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:44 am
דורך שמעקעדיג
שאולי דא האסטו
viewtopic.php?p=253265#p253265

Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:18 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:דער נייער האנדא פיילאט

מזאגט נאך אז סגייט זיין א הוט.
סעלוינט זיך צוווארטען

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:56 pm
דורך Milk shake
נולד מאוחר האט געשריבן:
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:פארוואס רעדסטו נישט אויך פונעם דאדטש דארענגאו אדער פונעם פארד עקספלארער


Sent from my iPhone using Tapatalk

און פון שעווי טרייווערס?

מיר האבן שוואכקייט צו די יאפאנעזער קארס, טראץ וואס די פארד האט גוט אויפגעארבעט זייער נייע עקספלארער, וואס איז ביז נישט לאנג געווען א קלאץ מיט א נאז, די זעלבע מיט דאדש דורענגאו, וואס האט זיך אויך געשטעלט אויבנאן מיט איר נייער אויסזען און מיט די באקוועמליכקייט, דאך אי עס נישט ווי די אימפארטירטע סחורה, כן נראה לי. די טרייוערס איז אין מיין אפיניען א וועיסט פון א קאר, איין שטיק דורכפאל, פון אויסזען ביז קוואליטי..

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:58 pm
דורך Milk shake
דאנק צו אלע וואס האבן געגעבן יעוץ, אצינד הייסט מיר גייען מיט די הויכלאנדער, אבער דער דיעלער בעט זיך ווי א גזלן מיר זאלן צו ווארטן אויפן ניים פילאט וואס פארשפרעכט צו זיין איינס און אזעלכעס וכדברי כמה חברים, וועלמיר אולי צו ווארטן צו קענען קאמפעירן די צוויי לעבעדיגע אויטאס.

דאנק

טאיאטע סיענא, vs האנדא אדעסי, קרייסלער T&C, קיא סעדאונע

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 1:03 pm
דורך Milk shake
אין אן אנדערן אשכול האב איך אויסגעשמועסט וועגן דעם נייעם ע סיו ווי - קראס אווער וואס מיר דענקען זיך איינצוהאנדלען, האבן דארט עטליכע חברים אויפגעברענגט די אפציע פון מיני ווענס, איך גלויב אז ס'איז נוגע פאר פיל מענטשן, ווייל יעדן טאג זעט מען נייע מיני ווענס למיניהם אריינראולען אין שטאט מיט איר גאנצע טראכט, לתועלת החברים, ביטע ארויסרענגען די חילוק פון איינס איבערן צווייטן, מיט טיפע דאנק בשם כל החברה בקאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 1:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
פון מיין ערפארונג האט דער סיענע שטערקערע ווייפערס

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:14 pm
דורך Kool man
ס'יז אנגענומען אז די האנדא מיט די טאיאטא זענען כמעט נעק טא נעק, ביידע גאהר גוט גערעיטעד ביי די מומחים און ביי די קאנסומערס, די טאיאטא פארט מער באקוועהם און שטילער, און די האנדא ציהט אהן בעסער, א רייסערישען פיק אפ, אבער די רייד איז מער ראףף, די קרייסלער ווייטער איז ווי א זשיראף וואס שטעקט זיך אריין די נאז צווישען צוויי שעפעלעך, חוץ א גוטע טוי סטאר אויפען דעש איז עס א גרויסער באקסישער גולם, ריספאנדט שווואך, און פארמאגט מער קוואליפיקאציעס פאר א ליווינג רוהם אדער פלעי רוהם ווי א צו זיצען אויפען ראוד, די נייע קיע זאגען זיי איז בעסער ווי ס'פלעהגט זיין, אבער כ'מיין אז ס'נישט קיין פארמעסט מיט האנדא און טאיאטא, מיט פלאץ און מיט מעכטיגקייט,

נ.ב. טאיאטא האט דאס יאהר איבערגעמאכט זייער אינעווייניג, און פיהל פארשענערט און פארבעסערט פון ווי ס'פלעהגט צו זיין, האנדא איז נאך די זעלבע, ביי אלע מאדעלען זענען די אפגרעידעד סאך בעסער ווי די פשוטע, כמובן, לעדער, פיטשעווקעס און אפילו באקוועמליכקייט, די האנדא'ס טייעסטע מאדעל שטעלט צו א וועקיום קלינער אין די קאר, בשעת די טאיאטא האט געגעבען א מייק צו רעדען שיין צו די קינדער אין די בעק