איבער קאווע שטיבל, חסידישקייט, סדום, און דער געטליכער צענזור
נשלח: מוצ"ש מאי 16, 2015 10:23 pm
דא האט איר מחשבות וואס דרייען זיך מיר אין מח בנוגע לעצטערע געשרייבאכצער דאהי אין שטיבל. ס׳וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן וואס אנדערע האלטן.
ס׳האט זיך לעצטענס אנטוויקלט א שמועס וועגן די מנהג סדום פון דער חסידישער געזעלשאפט פון פרובירן אפרייסן קינדער פון עלטערן וועלכע געהערן מער נישט צי חסידישקייט. די וויי-געשריי פון אט דער מנהג איז אין לשער. די צער, יגון ואנחה וואס דאס פארשאפט איז אומעגליך ארויסצושרייבן אויפן פאפיר, ווי אלע וואס האבן דאס דורך געמאכט וועלן מעיד זיין. די רשעות און אכזריות איז בוקע רקיעים. גויל אילו רקיעי קני כל חורשתא וואלט נאך אלס נישט מעגליך געווען ארויסשרייבן א שמינית שבשמינית פון די הארצווייטאג, אן אחד בששים פון די טרערן און גארנישט פון די אומבאגרייפבארער מעסער-שטעך און ברענענדיגער אייביגער ווייטאג ווען אן אייגן קינד וויל פלוצלינג נישט קענען איינעם פון די עלטערן. אפט קומט דאס צי א מצב פון מוצא אני מר ממות את החיים. און ערגער פון אלעם איז דער ענטפער פון אסאך וואס לייגן די שולד אויף די באטראפענע, לאמר: פארוואס זענט איר אוועק געגאנגען? איר זענט זיך אליין שולדיג. איר וואלט דאך געברויכט וויסן אז אויב מ׳נעמט אריין געסט אין סדום וועט מען רעיפ״ן אייער טעכטער, פארברענען אייער הויז און אפהאקן די פיס פון אייער געסט. איז וואס קומט איר יעצט וויינען כ׳קאזאק הנגזל? וואלט איר זיך אויפגעפירט ווי ס׳פאסט פאר סדום וואלטן דאך די אלא זאכן נישט געשען.
באמת איז נישט דאס דער איינציגער מנהג סדום און דער חסידישער געזעלשאפט, ווי איך האב שוין געשריבן דא אמאל. יא, דער חסד איז געוואלדיג. אבער פיל (צופיל) מאל איז עס ווי דער חסידה שעושה חסד (אך ורק) עם חברותיה -- אן אויפירונג וואס איז חזיר-טרייף מדאורייתא. וויבאלד איר ווערט מער נישט גערעכנט אלס חברותיה (דער פונקטליכער פונקט ווען דאס פאסירט איז נישט דער זעלבער ביי יעדן) דאן איז מער נישט דא קיין פראבלעם אריין צושטעקן א מעסער אין רוקן אדער גאר אפשניידען דעם קאפ ווי אייסיס רח״ל. ס׳טייטשט, דאס איז דאך סך הכל א גוי / שגץ / שיקסע, אז מה בכך? די האסט נאך רחמנות?
די קשיא איז, פון ווי נעמט זיך דער שוידערליכן אכזריות ביי מענטשן לגבי אנדערע מענטשן? פון ווי נעמט זיך די שנאה צום ״אנדערן״, צי איינעם וואס איז (מער) נישט קיין חסידה-שר איד?
דער תירוץ דאכט זיך איז היפש פארצווייגט און איך וויל נישט יעצט אריינגיין און דעם. וואס איך וויל ארויסברענגען איז די וועג וואס מ׳קען עס, בדרך אפשר, אנהייבן פאררעכטן. מעשה שהיה: איך האב געהערט אזא שמועס לגבי איינעמס קינדער, ווי עטליכע האבן געטעה׳נט אז דאס איז א געפערליכע רשעות, באלד ערגער ווי רציחה. האט זיך איינער אנגערופן, וואס הייסט, ער איז דאך א מחלל שבת? און... וידום אהרן. קיינער האט נישט געענטפערט (כאטשיג זיי האבן אין הארץ נאך אלץ נישט מסכים געווען), ווי גלייך ס׳איז טאקע זייער לאגיש אז איינער וואס צינדט אן א לעקטער אין שבת ברויך מען אפשניידען דעם קאפ און איינער וואס איז גע״י ברויך מען אראפווארפן פין א הויכן שטאק, כמנהג הקדושי אייסיס. אדער כאטשיג נוצן א גוטן פייניגונג מיטל כמנהג האינקוויזיציה, לכל הפחות!
פארוואס טאקע האט קיינער געענטפערט? דאכט זיך אז דאס איז וועגן די שטארקע זעלבסט-צענזור וואס הערשט ביים כלל. לדעתי איז דאס איינע פון די גרעסטע יסודות פאר מנהגי סדום זיך צי קענען פארשפרייטן. אז מ׳ברויך שטענדיג אכטונג געבן וואס מ׳זאגט אז ס׳זאל חלילה נישט שאטן פאר שידוכים, דעמאלטס איז ניתן רשות למשחית להשחית. אז מ׳ברויך אין קאווע שטיבל מעקן ווען איינער זאגט ״לייט״ און ״שבת״ און איין זאץ, דאן ווערט דער ניווא פונ׳ם געזעלשאפט אסאך נידריגער. אז מ׳ברויך דן זיין און איעדע זאך צו מ׳קען עס ארויסזאגן, צו ס׳הייסט יא אדער נישט כפירה, דאן ווערט דער געזעלשאפט צוביסלעך פארפוילט פון אינעווייניג, אין די ווערים וואס האבן ליב שימל פארמערן זיך.
כמעט אלע געזעלשאפטן האבן שוין איינגעזען די סכנה פון א געטליכען צענזור. נישט נאר איז עס אפט דער גורם אז מנהגי סדום זאלן זיך פארמערן, נאר עס ברענגט צו א גענצליכער דערשטיקונג פון חכמה און קונסט, וואס דאס איז דער אמת׳ער געטליכקייט אויף דער וועלט. עס ברענגט צו א בלבל המוחות, צי א מין געזעלשאפטליכן מח-קרענק וואס איז אומעגליך צו היילן. עס ערלויבט נישט אויסצושמיעסן אנדערע איינזעענישן, אנדערע דעות, און עס ערלויבט שטערבליך-קראנקע פארפוילטע דעות צי מארשירן אומגעשטערט. עס האלט אפ די מענטשהייט פון כל הקודש, פון מדות אזוי ווי רחמנות און ביישנות וואס איז אונזער ריכטיגע ירושה.
אשר על כן אליכם אישים אקרא, אויב באדערט אייך דער מצב פונ׳ם חסידיש׳ן געזעלשאפט, הערט אויף מיט דעם געטליכען צענזור, דא און קאווע שטיבל אדער אונ׳ם אמת׳דיגן קאווע שטיבל. אז איינער זאגט אז ער צינדט אן א לייט אום שבת, אז ער זאגט אז ער גלייבט נישט אין דיין באשעפער, אז ער זאגט ער טרונקט חלב עכו״ם, אז ער האלט אריסטוטל איז גערעכט נגד הרמב״ם, אז זי זאגט אז זי שלאפט מיט א שגץ, אז זי זאגט אז זי גייט מיט א קאלירפולן שירצל פרייטאג צונאכט, אז זי האלט אז תוספות אין מסכת סוכות האט א טעות געהאט אונ׳ם פייטאגארעס טעארם, דאן שמועס עס אויס. זעי ווער עס איז גערעכט. אויב האסטו מורא יראת אלוקים ויראת אנשים, דאן דריי זיך אויס און הער נישט אויס, אדער ליין נישט ווייטער. אבער הער אויף מיטן צענזור, סיי אויף דיר אליין אין סיי אויף אנדערע. ומובטח אני אז מיט די צייט וועט דורך דעם בעסער ווערן די אלגעמיינער מצב. וואס זאגט איר צו דעם?
ובזה יצאתי ידי חובתי. והנראה לעיני כתבתי, והשם ישמרינו מהמאמינים בו.