הצלה דינער היינט נאכט
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 12:15 am
ערשטענס שלום עליכם איך בין א נייע ניק דא אין שטיבעל
דאס פעדער ציטערט מיר ווען איך עפען דא אויף א נייע אשכול צום ערשטע מאל, ווער ווייסט צו איך בין ראוי צו שרייבען צווישען אזעלכע עליטע שרייבער ניקס אבער אז מהאט מיר ארלויבט צו שרייבען נעם איך עס אהן פאר א סימן פון הימעל צו נעמן דאס קיבארד פעדער אין האנט.
היינט נאכט מוצשב"ק גייט פארקומען די יערליכע מלוה מלכה לטובת הצלה ד'בארא פארק וואס הצלה איז דארף איך נישט פאר קיינעם נישט מסביר זיין א ארגנעזאציא וואס איז נישט דא כדומה לו עס איז נישט קיין ארגנעזאציא וואס שטיצט יודן וואס שטייען אויף חצות אדער וואס געט געלט פאר פארמערס אין ישראל וואס האלטן שמיטה וואס אגב איינער זאגט מיר ער האט מורה זיי צו געבן געלט ווייל ווער ווייסט אפשר קומט עס אהן צו ציונים זאג איך אים האסט נישט וואס צו מורע האבען אלע געלט בלייבט דא אין אמעריקה, בקוצר צום ענין יעדער פארשטייט אז הצלה איז די ערשטע צוועק וואס מדארף צו שטיצען שוין איז פאריאר בין איך געגענגן צום דינער איך קים אריין זע איך ס'שטייען אפשר 300 בחורים אין קוים 150 יונגערלייט די טישן זענען ממש געווען האלב ליידיג ממש בישות
לאמיר עס צינעמען עס וואוינען אין בארא פארק קרוב צו 30 טויזענט משפחות איז אפילו נאר האלב זאלן קומען וואלט מען גדארפט אויפשטעלן א שאטער ווי איז בארא פארק????
נישט נאר דאס עס איז נישט געווען קיין איין יוד העכר 25 האט איינער א א ענטפער?
עסן שטעלט מען צו מיט א רחבות די פראגראם איז גוט אבער די זאל איז ליידיג