יוסי גרין, פינקי וועבער און איצי וואלדנער

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

יוסי גרין, פינקי וועבער און איצי וואלדנער

שליחה דורך moshav zekeinim »

ווען א חרדישער מוזיק ידען אין היינטצייטיגע נגינה וועט וועלן געבן א דוגמא פון א אידישער קאמפאוזער אין אמעריקא, וועט ער געווענליך אויפברענגען איינע פון די דריי דערמאנטע נעמען, יוסי גרין, פינקי און יצי וואלדנער.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז די דריי זענען נישט די איינציגסטע חרדישע קאמפאוזערס אין אמעריקע, עס זענען פאראן נאך צענדליגע גאנץ פאפולערע קאמפאוזערס אין אמעריקא אויסער זיי, חסידישע, ליטווישע און מודערנע. א שטייגער ווי ר' יושע מענדלאוויטש פון קרית יואל (ואמר ביום ההוא), ר' יידל ווערצבערגער מלחין. בסאטמר, דוד קאופמאן פון קרית יואל (חיים), שלום עזרי-פרידמאן, וויזניץ ניו יארק (אחרון חביב, געניג שוין צרות געליטן), מרדכי בן דוד, ר' משה גאלדמאן ע"ה, הרב שמואל בראזיל (ויעזור ויגן, סלחתי, שלום עלכם), ראביי ברוך חייט (אברהם יגל), הישיש ר' בן ציון שענקער (קלאסישע חסידישע מוזיקאלישע ניגונים), שי"ר, מושי ווערצבערגער, ברוך לעווין, ועוד רבים וטובים וואס איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט. און זאלן מיר מוחל זיין די אלע וואס זענען ראוי צו דערמאנט ווערן אלס פאפולערער קאמפאוזערס און איך האב זיי נישט דערמאנט.

נאר וואס איז דער ספעשאלטי און צד השוה ביי די דריי?
דאס אז כמעט יעדער זינגער אין אמעריקע און זאגאר פון אנדערע מקומות איבער די וועלט ובמיוחד ארץ ישראל, וועט זיך ווענדן צו זיי מיט א ניגון פאר זייער בעפורשטייענדער אלבום. די דריי זענען ווי מ'זאגט די חרדישע אינטערנעשנל קאמפאוזערס אין אמעריקא וועלעכע האבן זיך ארויפגעדראפעט און אויסגעצייכנט צו קאמפאוזן נאך און נאך ניגונים וואס זינגער און קומזיץ פירער האבן ליב נאכצוזינגען און וואס עמך צוהערער האבן ליב צו הערן.

אונטרעסאנט איז. אז כאטש וואס אין ארץ ישראל און אין אנדערע מקומות איבער די ויעלט זענען אויך פאראן וועלטס בארימטע אינטערנעשנל קאמפאזיטארן, א שטייגער ווי משולם גרינבערגער, אליעזר קאליש, משה לאופער ועוד, זענען אבער די דריי פון אמעריקא אנדערש מיט דעם וואס זיי פארקויפן בדרך כלל נישט קיין ניגונים פון די פאליצע, נעמליך א ניגון וואס זיי האבן פארפאסט פון פריער, נאר זיי זעצן זיך אוועק מיטן זינגער און לויט יענעם'ס תחינת הנפש און זינגען פעאיגקייטן פארפאסן זיי דעם ניגון, און דאס אלעס, עפ"י רוב, זיצנדיג ביי א פיאנוי, אוועקשטעלנדיג די קארדס בשעת מעשה. וואס דער מהלך איז ווארשיינליך מיסודו פון יוסי גרין, דער עלטערער קאמפאוזער פון צווישן די דריי וואס האט אנגעהויבן מיט דער מהלך.

זעלבס פארשטענדליך, אז דער סטייל ביי די דריי איז נישט די זעלבע, אלע ציען טאקע צו א דראמאטישע זייט, אבער מיט א גענצליך אנדערע טעם, יוסי גרין מיט זיין פילפארביגקייט (אדרבא), פינקי מיט זיין ווארימקייט (רחם) און איצי מיט זיין פעענסיקייט (אשת חייל).

איז לאמיר טאקע צו נעמען דער סטייל און די ניגונים פון די דריי וועלט בארימטע קאמפאוזערס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר