בלאט 1 פון 3
חילול שבת אין לעיקוואד
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:19 am
דורך [NAMELESS]
נישט די ערשוע מאל איז נעכטען שבת אינדערפרי געווען א גרויסע פראטעסט קעגן חילול שבת אין לעיקוואד. איינער האט אפשר מער פרטים וועגן דעם?
https://vimeo.com/128059913
Re: חילול שבת אין לעיקוואד
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:41 am
דורך אויסגערוט
ס'הייסט אז ביי דער לעיק זיצן היימישע מידי שבת בשבתו בחורים ובתולות און רייכערען און ניצן די סעלפאון. האט זיך לעצטנס אנגעהויבן א מאוומענט פון עס אויסראטן. געהערט האב איך אז לעצטער וואך זענען די ראשי ישיבה אראפגעגאנגען אהין אום שבת מוחה זיין.
Re: חילול שבת אין לעיקוואד
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:55 am
דורך petergrifin
ממש ווי אין דער אלטע היים נאר מיט סעלפאון'ס.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מעשה ציט שוין אפאר יאר. אין מיט'ן לעיקוואוד דרייען זיך אסאך א.ט.ד. נעבעך (אויף אונז אלע) און מ'קומט פון אנדערע שטעט נהנה זיין פונ'ם ברייטע פלאץ און שיינקייט. ס'איז געווארען א שטיקל צוזאמענקומעכץ יעדער שבת נאכמיטאג אינ'ם זומער ווי מ'דרייט זיך רח"ל מיט כל מיני עבירות ווי חילול שבת והמסתעף וד"ל. נישט אלע דארט זענען פולקאמער א.ט.ד.. ס'איז דא אפאר 'אנהייבער'ס', בחורים וואס זענען נאך אין ישיבה אדער נאך אלס עכ"פ פרום, אבער זייער לעבען איז זיי שווער און דארט טרעפען זיי ווי זיך צו דרייען. אוודאי נאך א פאר וואכען קוקען זיי אנדעריש אויס, אבער הייבען הייבט זיך אן דארט.
מענטשען וואס וואוינען דארט אין געגענט ווערען זייער געשטערט דערפון, אז זיי קענען נישט ארויסלאזען זייער קינדער און זיי האבען למעשה מורא פונ'ם השפעה אויף זייערע קינדער. אויכ'ט איז דער לעיק א מקום פאר שפאצירען שבת נאכמיטאג, וואס ווערט געשטערט פון די סארט זאכען.
אפאר יאר צוריק האט דער סאטמארער רב אין לעיקוואוד הרב מרדכי בצלאל קליין שליט"א
גערעדט אין ביהמ"ד וועגען דעם, אז מ'דארף גייען שרייען שבת. ער האט גערעדט פונ'ם חילול שבת, נישט פון דאס אז מ'קען דארט נישט דרייען וכדו', אבער למעשה איז דאס געווארען א שטיקל באוועגונג צו גייען אהין מוחה זיין.
דער ראש ישיבה הרב ירוחם אלשין איז געגאנגען און מ'האט איהם אריינגערייכעט אין פנים אריין. מ'האט געזינגען שבת ניגונים ועוד, און דערמיט איבערגעגעבען א בקשה אז מ'זאל זיך ענדעריש דרייען ערגעץ אנדעריש.
דאס איז אלס פאר א יאר און צוויי יאר. היי יאר האט מען געמאכט א נייעם באוועגונג, מיט אפיציעלע צעטלעך אז ס'גייט פארקומען א הפגנה שבת פרשת אמור. אסאך האבען געמיינט אז ס'איז א שטיקעל פון א פאר היצקעפ, אבער למעשה איז ר' מלכיאל קאטלער געגאנגען מוחה זיין. איך הער אז מ'האט גענומען א ווידיאו דערפון, אבער איך האב עס נישט געזען. (אגב, איך האב אנגעהויבען קוקען ראשעקעל'ס ווידיאו, אבער נאך א פאר סעקונדע'ז האב איך געכאפט ווי עקעלהאפטיג דאס איז. שטייען מענטשען און שניידען זיך אפ פון זייער באשעפער מיט זייער חילול שבת, ווי קען מען צוקוקען?)
דער וואך איז געווען דער זאך ביתר שאת. א חבר פארציילט אז זיין עלעף יעריג קינד האט איהם געבעטען צו ער קען מיט גייען זיין חבר וואס זיין טאטע נעמט איהם אהין מוחה זיין! דער חבר האט נישט צוגעלאזט, אבער די קינדער וואס זענען יא געגאנגען זענען צוריקגעקומען מיט אפאר מושגים אין קאפ וואס זיי האבען נישט געהאט פאר דעם. די פרומע האבען געזינגען שבת לידער, און די פרייע האבען געמאכט לידער מיט געמיינע ווערטער צוריק צו שלאגען.
אן עסקן האט מיר געזאגט אז אסאך ווייניגער מענטשען (א.ט.ד.) זענען געווען דארט דער וואך, אבער כפי הנראה די וואס זענען געבליבען זענען די שלעגער'ס.
אסאך מענטשען האבען טענות אויף דער אויפפיראכץ, הן ווייל די סבה פאר'ן הפגנה איז נישט מוחה זיין אויף חילול שבת, נאר אויפ'ן בעסטען אופן צו היטען אונזערע קינדער, און אויפ'ן ערגסטען אופן סתם ווייל מיר ווילען דער לייק פאר זיך, אבער למעשה האט דער צד געזיגט, ביזדערווייל.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:32 am
דורך איך אויך
דער הרב קליין איז א מיושב בדעתו? זיין הכשר איז פארלעסליך?
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:44 am
דורך קאך_לעפל
איך אויך האט געשריבן:דער הרב קליין איז א מיושב בדעתו? זיין הכשר איז פארלעסליך?
הכשר ווייס איך נישט. אבער ער איז ליידער נישט אזוי שפו בדעתו... ער איז נישט אזוי אינדערארדענונג..
וואס עס ערבערגט איז, מיילא ביי אונז חסידים פארט דער יונגווארג אפ צילוב מעלאסטיאציע והמתעף, אבער דארט אינעם עיר התיירע? וואס איז דארט דער פראבלעם? ווי וואקסט אויס אזאנע יונגאטשען וואס זענען פרעכע מחללי שבתות, (נישט מיטן עירב טראגן ח''ו, ר' משה האט דאך געפסקענט אז רה''ר דאורייתא) מיט סיגאריות און טעלעפאנען... מי גידל את אלה? וואס איז דארט דער תירץ פון די שמד'סקאציע? מען קוועטש נישט גענוג אין רבי חיים אריין?
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:47 am
דורך ברוך שאמר
איך אויך האט געשריבן:דער הרב קליין איז א מיושב בדעתו? זיין הכשר איז פארלעסליך?
וואשזע ווילסטי הרב קליין ?
Re: חילול שבת אין לעיקוואד
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 11:23 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 11:55 am
דורך שטילע אינגערמאן
אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 11:56 am
דורך מיימון
.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 12:24 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט קען מען שוין בויען א סאטמערע שטעטל אין לעיקוואד, די ערד איז גרייט, ואת יהודה שלח לפניו
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 12:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געווענדליך הייסט הרב יהודה דזשייקאב'ס א איד א בעל דעת. אויב ער שטייט אונטער דעם, קען זיין אז מ'רעדט פון עפעס אנדעריש. מ'דארף צוווארטען צו הערען וואס ליגט באמת אונטער דעם.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 1:53 pm
דורך Kool man
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?
לאמיר שיקען א כאפטע יונגען קטן'ען אין דיין פראנט יארד, לאמיך זעהן ווי די לאדענסט זיי פאר א סעודה, גרינג צו רעדען ווען די פראבלעם איז יענעמס..
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 2:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווער האט געזאגט מען האט נישט פרובירט מיט שיינעם? אין איינע פון די קליפס דא זעהט אויס ווי א היימישער זיצט און שמועסט פריינטלעך מיט איינע פון די בחורים.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 2:10 pm
דורך I'm back
Kool man האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?
לאמיר שיקען א כאפטע יונגען קטן'ען אין דיין פראנט יארד, לאמיך זעהן ווי די לאדענסט זיי פאר א סעודה, גרינג צו רעדען ווען די פראבלעם איז יענעמס..
איז נישט די לעיק א פאבליק פלאץ?
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 2:11 pm
דורך נולד מאוחר
Kool man האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?
לאמיר שיקען א כאפטע יונגען קטן'ען אין דיין פראנט יארד, לאמיך זעהן ווי די לאדענסט זיי פאר א סעודה, גרינג צו רעדען ווען די פראבלעם איז יענעמס..
קטנן אין דיין יארד ווילסטו סאך הכל יענעם פארשיקען, דא איז נישט דו תפקיד צי פארשיקן, עטליעסט עס וואלט נישט געדארפט זיין דו תפקיד, פונקט פארקערט מ'וויל זיי ציריק באקומען
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 2:29 pm
דורך מיימון
.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 2:31 pm
דורך שבת אחים
Kool man האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?
לאמיר שיקען א כאפטע יונגען קטן'ען אין דיין פראנט יארד, לאמיך זעהן ווי די לאדענסט זיי פאר א סעודה, גרינג צו רעדען ווען די פראבלעם איז יענעמס..
ס׳איז נישט קיין פארגלייך בכלל ווייל קטנ׳ן אין פובליק איז נישט קיין נארמאלע זאך אין די גאנצע וועלט משא״כ רייכערן שבת איז נאר א פראבלעם אין די היימישע קרייזן , ס׳איז נישט קיין נייע זאך אז רוב אידן האלטן נישט קיין שבת און אזוי איז אויך געוועהן אידן אינדערהיים , מ׳האט געוואוינט טיר ביי טיר מיט מחללי שבת!
לויט ווי איך פארשטיי רעדט זיך דא פון אפאר נערישע יונגען וואס זוכן אביסלע אַטענטשעין און די אלע מחאות וועט נישט העלפן זיי צו פארטרייבן עס וועט זיי נאר מעהר אויפרייצן און ס׳וועט נאר ברענגען נעגיטיוו רעזולטס און ס׳וועט סתם אָנמאַכן unnecessary friction וואס נישט די מחללי שבת און נישט די שומרי שבת וועלן בענעפיטן פון דעם , זיי וואלטן זיי געדארפט טאָוטאַלי איגנאָרירן וואלטן זיי מעהר אויפגעטוהן לדעתי
Re: חילול שבת אין לעיקוואד
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 3:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער שאלה איז נישט איינער פון רעכט. ווען א מענטש הערט וועגען א איד וואס שניידט זיך אפ פון זיין באשעפער, איז זיין רע'אקציע וועגען זיך העלפען? נאר וועגען זיך באשיצען? און נישט דער געוויין וועגען דאס קינד און זיין משפחה?! איהם צו ראטעווען משאול תחתית איז נישט געווען וויכטיג, נאר אפהיטען דיין שבת נאכמיטאג שפאציר?
און רעד נישט וועגען וואס מ'האט שוין געטוהן. קודם איז דא גאנץ ווייניג מענטשען וואס טוהן אין דער געביט, ביחס צו דער געברויך. אויך דער חינוך סיסטעם איז פונקט אזוי קאראפטירט אין לעיקוואוד ווי אין אנדערע ערטער. פריוואטע מוסדות וואס טוהן וואס איז גוט פאר זיי נישט פאר'ן קינד. ישיבות קטנות וואס עקזיסטירען פאר'ן תועלת און כבוד פונ'ם מנהל. בקיצור, עולם כמנהגו נוהג. און ועל כולם, מענטשען לעבען אפ אן דער קהלה שטיצע וואס ס'נויגט. ב.מ.ג. האלט צוריק יעדער אפציע אז א ביהמ''ד זאל שטייען זעלבסטשטענדיג מיט א רב א בעל דעת וואס קען העלפען די זאכען. וועגען דעם איז דער הפגנה א שלעכטע זאך.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 3:19 pm
דורך שבת אחים
איך האב אלץ קינד געהערט א מעשה פונעם וויזניצער רבי ר׳ חיים מאיר׳ל זצ״ל , יונגערהייט פארן קריג איז ער געוועהן רב אין ווילחאוויץ, יעדע שבת פלעגן פרייע יונגען זיך פארזאמלען אויף די גאס אקעגן איבער די שטאָטס שול זיי פלעגן דארט שמועסן רייכערן און פארברענגן און מחלל שבת זיין בפרהסיא , מ׳האט אפאר מאל געזאגט פאר די רב ר׳ חיים מאיר׳ל זצ״ל און ער האט זיך נישט צו טוהן געמאכט דערפון פאר א שטיק צייט ,
איין וואך האט ר׳ חיים מאיר׳ל זצ״ל מודיע געוועהן די גבאים אז שבת צופרי וועט ער קומען שפעט און מ׳זאל נישט ווארטן אויף אים , מ׳זאל אנהייבן דאווענען אָן אים , די גבאים האבן נישט פארשטאנען און זיך שטארק געוואונדערט אויפן רב,
שבת צופרי איז ער טאקע נישט אנגעקומען צום דאווענען און אזויווי יעדע וואך האבן די יונגען זיך צוביסלך פארזאמלט פאָרנט פונעם שול און מחלל שבת געוועהן , ווען מ׳האט געהאלטן טיף אינמיטן דאווענען איז דער רב געקומען צו גיין און די ריכטינג פון די יונגאַטשען און צוגעגאנגען צו די קופּקע און זיי אלע העפליך באגריסט ׳א גוט שבת׳ און זיך אראפגעזעצט דארט צווישען די יונגען כאילו ער איז איינער פון זיי , פארשטייט זיך זיי זענען אלע געוועהן מוראדיג שאַקט און קיינער האט זיך נישט דערוואַגט צו עפענן די מויל ,
ר׳ חיים מאיר׳ל האט זיי געזאגט אז ער האט געהערט אז מ׳שמועסט און מ׳פארברענגט דא געשמאַקערהייט א יעדע שבת און ער האט איינמאל געוואלט הערן וואס איז אזוי אינטערסאנט דא און פון וואס מ׳שמועסט דא און אזוי איז ער געזעצן מיט זיי פאר אפאר מינוט און פארשטייט זיך אז קיינער האט נישט געהאט די העזה צו רעדן א ווארט ווען די שטאטס רב זיצט מיט זיי , זענען זיי אלע געזיצן אין שטימעניש פאר אפאר מינוט ביז דער אמרי חיים האט זיך אנגערופן , נאָ אז מ׳רעדט דא גארנישט איז עס דאך ממש א שאָד צו פארברענגן די צייט לאמיר ענדערש אריינגיין אין ביהמ״ד דאווענען און ער האט זיך אויפגעשטעלט און אריינגעגאנגען אין ביהמ״ד ווען אינטער אים גייט מיט די גאנצע קופּקע יונגען וואס שטינקען פון ציגערטלעך...
פון נעקסטע וואך און ווייטער איז קיינער מעהר נישט געשטאנען און פארברענגט אקעגן די שול , זיי זענען פון דארט נעלם געווארן , דאס איז געוועהן א קלוגע רב וואס האט געטראכט פאר ער האט געטוהן עפעס און וואס די רעזולטס גייט זיין , זי״ע,
געהערט די מעשה פון ר׳ משה שנעבאלג שליט״א ,טשערנאוויצער רב
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 3:45 pm
דורך הקטן
[tag]שבת אחים[/tag] איז הייליג גערעכט.
אויב עפעס דארף דארט זיין א שיינע עונג שבת - א שבת אחים - (אן קיין קינדער) און אינווייטען די מיט די ציגערעטליך צו נעמען א טייל.
איז דא א בית חב"ד אין לעיקוואד?
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:20 pm
דורך געוואלדיג
עצות האב איך נישט, אבער ווען איך זעה די קליפ רייסט דאס מיר ביים הארץ, ווי יונגע שעפעלעך האבן זיך אפגעריסן פונעם עץ החיים לחצוב להם בורות נשברים, מיין הארץ ווייטאגט צו זעהן די חילול שבת און די מעשים פון די יונגען, השי"ת זאל שוין איבערדרייען זייער הארץ צום גוטן.
הכותב וחותם בדמע
געוואלדיג
Re: חילול שבת אין לעיקוואד
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און די מיידלאך?