בלאט 1 פון 5

ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:56 am
דורך ברוך שאמר
יעטצט געהערט אז ב"ה ר' מרדכי יצחק האט באקומען ערלויבעניש ארויסציגיין פון תפיסה לכבוד זיין זונ'ס חתונה!
איז דאס קראנטע נייעס?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:59 am
דורך איש את רעהו
יא

הודו לד'

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 12:18 pm
דורך שמעקעדיג
OMG
וואו קען מען מער הערן דערוועגן?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 2:55 pm
דורך א איד
יא ברוך השם
יעצט קאנפירמד אז עס איז אמת
הודו לה' כי טוב

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 2:59 pm
דורך לית דין בר נש
די ערשטע מאל וואס מען לאזט אים ארויס זייט ער איז אריין? קיינמאל ארויס אויף א יו"ט אדער חתונה ביז היינט?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 3:00 pm
דורך א איד
יא

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 3:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען און ווי איז די חתונה?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 3:58 pm
דורך געוואלדיג
מיט טרערן אין מיינע אויגן ליין איך די אשכול, מיט א שהחינו אין מיין מחשבה, איך לויב און דאנק ג-אט ב"ה פאר די פריידיגע בשורה.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:20 pm
דורך קרעקער
אין אייוועלט ווילען פרימע גיין כאפען א בליק אויף דעם אויסגעארבעטען יוד
העלא סאיזדעך אזא רשעות, א קאפיטעל תהלים האסטע שוין געזאגט פאר עם? גיין קיקען אויף זיינע צרות דא ביזטו דא

ביי דע וועי ער גייט נישט דערקענען די שטאט קרית יואל, ווען ער איז אריין איז נאכנישט געשטאנען די העלט סענטער, און א דריטעל קרית יואל פון היינט איז נאך דעמאלטס געוועהן וועלדער, איך מיין אז אפילי מיני ווענס איז נאכנישט געוועהן דעמאלטס

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:21 pm
דורך איש את רעהו
נו עס יאוועט זיך נאכנישט עפעס א אויבער חכם אפצולאכען פון די בעפרייאונג??

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:26 pm
דורך א איד
וואס איז דא וואס אפצולאכן?
חוץ דעם עס איז יענץ באפרייאונג, עס איז נאר אויף אכט שעה פון דאר צו דאר
זאל עם שוין דער אלמעכטיגער שיקן א גאנצע גאולה.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
קרעקער האט געשריבן:אין אייוועלט ווילען פרימע גיין כאפען א בליק אויף דעם אויסגעארבעטען יוד
העלא סאיזדעך אזא רשעות, א קאפיטעל תהלים האסטע שוין געזאגט פאר עם? גיין קיקען אויף זיינע צרות דא ביזטו דא

סארי קרעקער, יעצט קומט דיר צוויי פראסקעס, אבי געשאסן! זאג, וואס האסטו געטון, דו צולייגער?
די "פרומע" אידן אין קרית יואל געבן זיך אוועק זייער לייב און לעבן צו העלפן דעם איד מיט יעדן אופן וואס איז שייך, פון אים פארגרינגערן זיינע טעג אין תפיסה ביז העלפן די משפחה זיך מפרנס זיין און זיי חתונה מאכן,
זיי לעבן מיט זיין וואוילזיין מבוקר ועד הערב, נישט איין קאפיטל האבן זיי געזאגט נאר אן א שיעור מאל גאנץ תהלים, תפלות על קברי צדיקים, מען ארבעט אויס וויזיט'ס אין תפיסה, א.א.וו.
האבן זיי נישט קיין רעכט אים צו זעהן בשעת ער האט אפאר מינוט גליק אין זיין פינסטערן לעבן?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:56 pm
דורך איך אויך
איש את רעהו האט געשריבן:נו עס יאוועט זיך נאכנישט עפעס א אויבער חכם אפצולאכען פון די בעפרייאונג??

שוין א לענגערע צייט וואס איך האב אסאך אין בויך צו שרייבן אבער מען דארף צומאל וויסן ווי איין און ווי עס איז בעסער לנצור המקלדת אז נישט זעהט מען אויס ווי די 'קילע' או.טי.דיס.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:26 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווען און ווי איז די חתונה?

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 5:57 pm
דורך א איד
איך מיין אז ח' תמוז אין קר"י

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:29 am
דורך [NAMELESS]
ב״ה, הודו לה׳ כי טוב, ענדליך ענדליך.
אז מ׳זעט שוין יא א שטיקל ישועה לאמיר זיך טאקע אפשר אינטערנעמען צו זאגן פאר אים כאטש איין קאפיטל תהלים א טאג, לזכות מרדכי יצחק בן פייגא יהודית בתוך שאר אסורי ישראל

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:34 am
דורך יענער פויגעל
לית דין בר נש האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס מען לאזט אים ארויס זייט ער איז אריין? קיינמאל ארויס אויף א יו"ט אדער חתונה ביז היינט?

ניין מהאט אים נאך קיינמאל נישט ארויסגעלאזט ביז היינט

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:37 am
דורך יענער פויגעל
קרעקער האט געשריבן:ביי דע וועי ער גייט נישט דערקענען די שטאט קרית יואל, ווען ער איז אריין איז נאכנישט געשטאנען די העלט סענטער, און א דריטעל קרית יואל פון היינט איז נאך דעמאלטס געוועהן וועלדער, איך מיין אז אפילי מיני ווענס איז נאכנישט געוועהן דעמאלטס

מיינסט לכאורה די ביזנעס סענטער די העלטה סענטער איז שוין געשטאנען ווען ער איז אריין

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 2:03 am
דורך בן עזאי
באשטעטיגט די פאקטן ארום זיין ערשיינונג.
- די חתונה וועט פארקומען אין ק"י אין אולם עקשטיין.
- ער וועט ווערן באפרייט פאר א משך פון 8 שעה.
- וועט ווערן אפגעפירט ביז'ן טיר פון זאל מיט די טורמע טרעקל, און באגלייט אינעם זאל במשך די גאנצע צייט דורך טורמע וועכטער.
- משה לייב וויטריאל און די פאבליק סעיפטי וועלן האלטן ארדענונג ביי די חתונה אז ס'זאל נישט קומען צו א שטיפעניש ארום מרדכי יצחק, וואס קען צוברענגען די וועכטער צו ווערן ווילד און אים צוריקפירן.
- קרעדיט פאר די צייטווייליגע באפרייאונג קומט זיך פאר די אידישע טורמע טשאפלעין, און ר' משה דוד נידערמאן פון יו דזשעי או. און אלע אידן וואס האבן אים אינזין געהאט ביי די תפלות.
- ער וועט בלייבן אנגעטאן מיט די טורמע קליידונג. אבער מ'האפט צו פועל'ען ער זאל קענען אנטוהן אויף דעם שטריימל בעקיטשע.
- מען פרובירט צו פועל'ען אז די וועכטער זאלן גייין אנגעטון מיט סוטס, אנשטאט וועכטער יוניפארמס. זיי זאלן אויסזעהן ווי עהרן וועיטערערס, ענדערש ווי טורמע וועכטער.
- די טורמע טשאפלעין איז געווען פארגאנגענע וואך צוזאמען מיט משה לייב וויטריאל באזוכן אין די זאל צו באטראכטן די זיכערהייט מאסנאמען.
לאמיר אלע מתפלל זיין אז מרדכי יצחק בן פיגא יהודית זאל שוין זוכה זיין צו א גענצליכע באפרייאונג.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 2:26 am
דורך שבת אחים
בן עזאי האט געשריבן:באשטעטיגט די פאקטן ארום זיין ערשיינונג.

משוגענע צודרייטע אמעריקע !!! וואס גייט זיי אָן אז ער וועט טוישן די קליידער פאר אפאר שעה ביי זיין קינדס חתונה ??? א קראנקע פאריקטע סיסטעם! , לדעתי איז די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם א אינסאָלט פאר הומענטי און פרידאָם , ווען ס׳קומט צו איינזעצן מענטשען און זיי פּייניגן איז די ״גאלדענע פרייע אמעריקא״ נומבער 1!

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 2:40 am
דורך בן עזאי
איך בין מיט דיר [tag]שבת אחים[/tag]
די מלכות של חסד ענדיגט זיך ביי די שטוהל פון די פובליסיטי הונגעריגע פראקוארן.
מיט בלויז פינף פראצענט פון די וועלטס באפעלקערונג, פארמאגט אמעריקע 25% פון די וועלטס טורמע פאפילאציע. זעה דא

און פארגעס נישט אז מ"י זיצט שוין פאר 13 יאר און האט שוין חתונה געמאכט רוב פון זיינע קינדער זייענדיג אין טורמע. דאס איז די ערשטע מאל וואס מ'לאזט אים בכלל ארויס זייט מ'האט אים אויפגעפיקט יענעם ביטערן ערב פסח. ער איז אויף בעיל אויך נישט געווען.
ס'אים שוין א קנאפע נפק"מ צו מ'הייסט אים גיין מיט גרינע קליידער אדער נישט, אבי א ברעקל ליכטיגקייט.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 8:56 am
דורך פלעין יודיש
מ'קען מיינען אז מ'רעד דא פון א ארכי טעראריסט

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 9:14 am
דורך [NAMELESS]
פלעין יודיש האט געשריבן:מ'קען מיינען אז מ'רעד דא פון א ארכי טעראריסט

נע, א ארכי טעראריסט איז דאך אזא שעפעלע, אים טאר מען נישט האלטן אין חד גדיא פאר מער ווי דריי פיר יאר, נאר א יודל וואס האט געוואשן אביסעלע גרינע פאפיר, אים קומט זיך לעיבנס לענגלעכע טורמע ה״י.