מיין קינדערישע שאלות וואס זענען קיינמאל פארענטפערט געווארן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8971 מאל

מיין קינדערישע שאלות וואס זענען קיינמאל פארענטפערט געווארן

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

"נון נון נון, מ'טאר נישט קניען". אבער רבי איך קני מיך צום אייבערשטען ווי מ'טוט יום כיפור.

"א טיש איז א מזבח". איז פארוואס טאנצט מען פורים אויפן טיש, און ביים שבע ברכות איז די רבי בכבודו ובעצמו געזעצן אויף א סטעיזש פון טישן.

"מ'טאר נישט אריינעמען א ספר אין ביה"כ ווייל ס'האט אידישע אותיות". נעקסטע טאג זעה איך יענעם מיט'ן צייטונג וואס האט ד"ת דארט.

"מ'טאר נישט זיין מיט'ן ריקן צום ארון קודש". אבער אלע בעלי דרשנים שטייען יא אזוי.

"קאפיוטער איז גואיש". אבער די מנהל מיט די סעקרעטערי האבן אין אפיס.

"מ'טאר נישט רעדן צו א גוי" אבער מיין רבי און מנהל רעדן כסדר צו אים.

"א איד טאר נישט שלאגן" אבער מיין רבי הערט נישט אויף צו האקן און פראקן.

"מ'טאר נישט רעדן אינמיטן עסן". אבער ביי די מלמדים טיש לאכט מען אויף אלע באקן, בעת די פרענטש טאוסט ווערט צומאלט מיט די באק ציינער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר