בלאט 1 פון 9

הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:35 pm
דורך הק זעמל
שמואל שלמה טעללער א סאטמארע יונגערמאן מיט אסאך טאלאנטען קודם איז ער א שרייבער און בלאט אוצרת ווי ער איז באוויסט מיט זיין פען נאמען ששט, ער איז א מגיד שיעור, און איז אויך פון די יועצים ביים רבין מהר"א א גרויסע היסטריקה און אלעס וואס בארירט סאטמאר ער געט א שיעור יעדער מוצשב"ק און היסטוריה וואס ווערט אויסגעהערט דורך טויזענטע אריינרופער אויף קול סאטמאר.
ווער סהאט מער אינפא ביטע מיטטיילען

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:37 pm
דורך א איד
קודם להגהה בעלמא
די קעפל מעג זיין הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א אדער הי"ו, וועלכע עס געפעלט דיר בעסער.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:54 pm
דורך הק זעמל
ביסט גרעכט ווי אזוי טוישט מען?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:57 pm
דורך געוואלדיג
רעדאגיר דיין תגובה און דארט וועסטו קענען רעדאגירן די קעפל,
מיט הצלחה

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
הק זעמל האט געשריבן:ווער סהאט מער אינפא ביטע מיטטיילען

די איבעריגע אינפא אויף אים האב איך שוין לאנג גאזאגט לכל מכיריי, אז דער טעללער איז אדער א שוטה אדער א שייגעץ.

ווייל איינער וואס קען אזויפיל היסטאריע ווי אים, ווייסט דאך יא דעם אמת אז ס'איז דא אסאך מער פאזיטיווע וועגן אפצומאלן אגודת ישראל - הרב קוק - וכו', ווי ער זעלבסט מאלט דאס אראפ.

דערפאר איז ער אדער א שוטה וואס קען נעבעך נישט טראכטן גראד ווען ס'קומט צו זיין בעיבי = שיטה הקדושה, אדער איז ער א שייגעץ וואס ווייסט יא דעם אמת אבער למען ה'פארטיי' איז ער גרייט צו זיין א זייפן פון ערגסטן סארט [וכבר הי' לעולמים, ע"ע סענדער דער דייטש (קרעדיט: בערל בעל עגלה)].

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
פון ר' שמואל שלמה טעלער - (ברעכן'ס) ארטיקלען קען מען מיינען אז רב שטיינמאן שליט"א מיט דער בעלזער מנהיג זענען 2 טוילעט פלאנדזשערס וואס פרובירן אראפ צו פלאשן דעם גאנצן אידישן פאלק די שלש מאות אשר לא קרעו ...

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:09 pm
דורך איש את רעהו
פארוואס האט ער דען נישט קיין רעכט צו זאגן און האלטן ווי זיין רבי פון וועם ער האט גענומען די אלע מימרות וואס ער זאגט

מען מיז זיין ממש א רשע נאכצוזאגן די דעה פון זיין רבי??

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:10 pm
דורך איש את רעהו
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:פון ר' שמואל שלמה טעלער - (ברעכן'ס) ארטיקלען קען מען מיינען אז רב שטיינמאן שליט"א מיט דער בעלזער מנהיג זענען 2 טוילעט פלאנדזשערס וואס פרובירן אראפ צו פלאשן דעם גאנצן אידישן פאלק די שלש מאות אשר לא קרעו ...


וואס איז ער שולדיג אז דאס איז די מעסעדזש וואס די צוויי הנ''ל טוען כסדר איבער'חזרן

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:14 pm
דורך איך אויך
ר' שש טייערע האסט באמת א ספק דערינען? ער-ווי אלע סאטמארע השקפה/היסטאריע זייפנים- ווייסן זייער גוט דער אמת נאר געוויסע פון זיי טראגן אויף די נעזער אזוינע ספעציעלע גרויסע נאז פלאגס וואס לאזט זיי זיי נישט אויפוועקן און שמעקן די קאפי. זיי לעבען נאך אונטער די אילוזיע אז מיט אפאר נארישע דעמאגאגישע שקרים אין די וועכנטליכע פארטייאישע 'אלטוועלטליכע אפהענגיגע' צייטונג וועט מען קארמען די יוגנט און זיי וועלן ווייטער גלייבן די בעלאניס עד זקנה ושיבה אזוי ווי דער טרופ עוועניו דור.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:19 pm
דורך איש את רעהו
פארוואס נאר די אלטע בעלזא דור איז געווען בארעכטיגט צו רעדן שארף אויף ציוניזעם און די חברי האגודה??
@איך אויך הייסט די חוזקסט אפ פון די דרך אין בעלזא פון די תקופת הגרי''ד מבעלזא זצוק''ל

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:21 pm
דורך איך אויך
איך זאג גארנישט און פליז לייג נישט אריין ווערטער אין מיין מויל.
פאר צימעס קענסטו אהינגיין צו דיין קאלעגעס אשכול ווי מען איז דן בכובד הראש צו בעלזער רב האט רעכט צו בלאזן די נאז.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:22 pm
דורך איש את רעהו
אהא

Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:34 pm
דורך חאצקעל שניידער
מרעדט נישט דא וועגן האלטן ער מעג זיך האלטן וואס מהאט עם געלערנט (אפשר איז דאס א נושא דן צו זיין בפ״ע) מרעדט פונ׳ם צוגאנג צו אנדערע, כווייס נישט צו מקען אים בלעמען סאיז דאך שוין מסורה בידם פון אותו זקן…

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:34 pm
דורך [NAMELESS]
איש את רעהו האט געשריבן:פארוואס האט ער דען נישט קיין רעכט צו זאגן און האלטן ווי זיין רבי פון וועם ער האט גענומען די אלע מימרות וואס ער זאגט

מען מיז זיין ממש א רשע נאכצוזאגן די דעה פון זיין רבי??

ניין.
נאכצוזאגן א דעה פון זיין רבי, וויסנדיג די דעות פון אנדערע, איז מען נישט קיין רשע נאר ענדערש א חסיד [שוטה].

אבער צו זאגן זיינע מיינונגען אונטער א מאנטל פון 'ריכטיגע היסטארישע פאקטן', ווען למעשה זענען זיינע ווערטער א געמישעכץ פון האלבע אמת'ן און גאנצע שקרים, איז שוין יא רשעות! קום מיר נישט דערציילן ווי א חוקר הדורות, ווען דו דערציילסט נאר א שמץ כלשהו פון וואס ס'איז אלס דא צו דערציילן, נאר צוליב פארטייאישקייט.

====
חאצקל האקט.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:40 pm
דורך איש את רעהו
@שש
זיין רבי האט דאך אויך געוויסט די דעה וואס אנדערע האלטן
די פריערדיגע בעלזע רב האט דאך אויך געוויסט די מיינונג וואס אנדערע האלטען
מונקאטשע רב
די רבי רש'ב פון ליבאוויטש
ועוד ועוד מגדולי קמאי וואס האבן געוויסט די מיינונג פון די מסרחיסטישע שיטה און די אגודאים עכ''ז האבן זיי געפילט פאר א נחיצות צו רעדן קעגן דעם
נו מיט וואס איז רש''ש מחוייב מער ווי זיי זיך אפצוהאלטן פון רעדן

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:50 pm
דורך שמעון וואלף
איך אויך האט געשריבן:ר' שש טייערע האסט באמת א ספק דערינען? ער-ווי אלע סאטמארע השקפה/היסטאריע זייפנים- ווייסן זייער גוט דער אמת נאר געוויסע פון זיי טראגן אויף די נעזער אזוינע ספעציעלע גרויסע נאז פלאגס וואס לאזט זיי זיי נישט אויפוועקן און שמעקן די קאפי. זיי לעבען נאך אונטער די אילוזיע אז מיט אפאר נארישע דעמאגאגישע שקרים אין די וועכנטליכע פארטייאישע 'אלטוועלטליכע אפהענגיגע' צייטונג וועט מען קארמען די יוגנט און זיי וועלן ווייטער גלייבן די בעלאניס עד זקנה ושיבה אזוי ווי דער טרופ עוועניו דור.


די ביסט עפעס זייער בייעסט קעגן סאטמאר. איך בין מסכים אז זיי פארקויפן אסאך שקרים למחצה לשליש ולרביע, אבער אנדערע פארטייען, ווי למשל, בעלז זענען גארנישט בעסער.

Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:50 pm
דורך חאצקעל שניידער
שש: נו אפשר ברענגסטו אפאר דוגמאות פון היסטארישע פאקטן וואס ער האט במזיד מסלף געווען להוציא מלבן של…

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:50 pm
דורך שמעון וואלף
.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
רבי שמואל שלמה איז נישט דער היסטאריקער לשם היסטאריקער, און אויך נישט דער קנאי לשם קנאות, ער איז דא צו דינען די קרית יואלע פארטיי, למשל ווען בעלז וואלט ווען שלום געמאכט מיט זלמן לייב וואלט מנשה פילאפ ארויס געקומען דערקעגן אלץ קנאי, און שלמה יעקב געלבמאן וואלט עס אויך נישט צו געלאזט, משא״כ דער טעללער איז דא צו דינען א פארטיי און וואס ספעלט אויס וועט ער טוען.

במילא זאל אדנירם נישט האבן קיין טענות, סך הכול איז דאס זיין פרנסה.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:12 pm
דורך [NAMELESS]
איש את רעהו האט געשריבן:@שש
זיין רבי האט דאך אויך געוויסט די דעה וואס אנדערע האלטן
די פריערדיגע בעלזע רב האט דאך אויך געוויסט די מיינונג וואס אנדערע האלטען
מונקאטשע רב
די רבי רש'ב פון ליבאוויטש
ועוד ועוד מגדולי קמאי וואס האבן געוויסט די מיינונג פון די מסרחיסטישע שיטה און די אגודאים עכ''ז האבן זיי געפילט פאר א נחיצות צו רעדן קעגן דעם
נו מיט וואס איז רש''ש מחוייב מער ווי זיי זיך אפצוהאלטן פון רעדן

נאכאמאל:

ווען ער קומט סך הכל מסביר זיין זיין רבי'נס שיטה, ניחא לן. ווען ער קומט דערציילן היסטארישע פאקטן מחצר מונקאטש - סאטמאר - רש"ב וכדו' ניחא לן.

אבער ווען ער קומט זיך פארקויפן ווי א פשוטער מבקש האמת, און דערציילט שקרים אויפן אגודה, הרב קוק, דער חזו"א, בריסקער רב, די מזרחי, בעלזער רב ז"ל, און בעצם... אלעס וואס שטימט נישט מיט זיין אגענדע, דאן איז ער אן אויסוואורף פון ערגסטן סארט. אזא יודע את האמת ומתכוין למרוד...

וזה התשובה גם לדברי שמעון וואלף [גארנישט קעגן סאטמארער שיטה. נאר קעגן סילוף ההיסטוריה בכדי להטות הכל לשיטתו].
און דוגמאות ברענגען קען מען פון יעדע טעיפ זיינע, און פון רוב מאמרים זיינע אינעם שונד 'בלאט'. ואטו כי רוכלא ליחשב וליזול.

אדרבה, ליינטס וואס מנחם פרוש, שלמה לורנץ, וגבאי הר"א מבעלזא, מו"ל ספרי פאר הדור על החזו"א, און בעצם כמעט יעדער וואס האט געהאלטן אנדערש פון סאטמאר, און עטס וועטס גלייך זען וויפיל שקר דער באנדיט פארקויפט אנעם מינדעסטן בושה.

=======
עזריאל האקט.
אנדערע נקודה, אבער גראדע אויך ריכטיג.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:26 pm
דורך איך אויך
איך וואלט צוגעלייגט טשעבינער רב צו די שונד ליסטע. שומו שמים ווי דער באנדיט לייגט עם אראפ כדי עס זאל שטימן מיט זיינע שקרים זיופים ובדותות.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:32 pm
דורך יואליש
קיינער האלט דאך נישט אז מ'קען אדער אז מ'זאל זיך ערלויבן צו לערנען היסטוריה מיט א קריטישע אויג. מיר האבן דאך ליעב היסטוריה מיט א באקוועמע נערעטיוו. טא מיט וואס באשולדיגט מען טעלער?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:42 pm
דורך איך אויך
איך קען נאר רעדן פאר מיר אליינס און איך האב זייער ליב אוטענטישע היסטאריע.
---------------
אינטרעסאנט ווי פון 'שמואל שלמה טעלער' איז צוגעקומען א הרב מיט שליט''א.