בלאט 1 פון 4

דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:56 pm
דורך ונבנתה העיר
דעקארט, דער טאטע פון די מאדערנע פילאזאפיע, שטעלט פאר א הוכחה צו דעם עקזיסטענץ פון דעם נפש [mind], כ'האב עטליכע הערות, אבער לאמיך קודם אפשרייבן זיין ארגומענט און איינע פון די קושיות אויף איהר.

שטעלט אייך פאר – זאגט דעקארט – אז איהר גייט צו צום נאנסטן שפיגל, איהר קוקט אריין, און, אוי א בראך, איהר זעהט נישט אייער פנים... איהר כאפט א בליק אויף די הענט, ואינם, זיי זענען אויך נישט צום האבן, אזוי אויך די פיס, וכו', איהר טרעפט זיך אהן אייער גוף.

זיך פארגעשטעלט? פיין. אט האט איר אויפגעוויזן אז א מענטש האט א נפש, און זי איז אן אומאפהענגיקע וועזן פון דעם גוף.

וויאזוי? הערט:

עס קען זיך קודם הערן ווי א שטיקל חידוש, אבער פרובירט עס אויס וועט איר זיך איבערצייגן: עס איז אוממעגליך זיך פארצושטעלן עפעס וואס איז 'לאגיש' נישט מעגליך.

דהיינו, די כח הדמיון איז גרויס און ברייט, עס קען - לכאורה - דמיונ'ען ככל העולה על רוחה, דאס איז אבער בתנאי אז די זאך איז 'לאגיש' מעגליך, למשל א קוה מיט פינף פיס און צעהן הערנער, אויב איז עס אבער לאגיש אוממעגליך, למשל א רונדיגע סקווער, קען מען עס זיך נישט פארשטעלן.

איהר קענט זיך פארשטעלן ווי א גרויסע טאפ גייט אריין אין א קליינע [און ביידע בלייבן מיט זייער גרויס]? ניין.

איהר קענט זיך פארשטעלן אז דער טיש עקזעסטירט סיי יא און סיי נישט? ניין, פארוואס? ווייל דאס זענען זאכן וואס זענען לאגיש אוממעגליך.

אין פאקט איז דער כלל אזוי אמת אז די מעשה איז גאר פארקערט: מיר נוצן אונזער דמיון ווי א כלי קובע צו זיין אויב עפעס איז טאקע לאגיש מעגליך, אויב קענען מיר זיך עס פארשטעלן - יא, און אז נישט איז נישט.

ומעתה, זאגט דעקארט, אויב זאל א נפש נישט עקזעסטירן, אויב ווען מען זאגט 'mind' איז עס בסך הכל אן אנדערע נאמען פאר'ן פיזישן body, וואס האט באמת גארנישט צו זיך אויסער גשמיות, אין אנדערע ווערטער: 'נפש' און 'גוף' זענען צוויי נעמען פאר איין און די זעלבע זאך, וויאזוי איז מעגליך בעולם אז מען זאל זיך קענען פארשטעלן דעם נפש אנעם גוף? אויב נפש און גוף איז היינו הך, קען מען זיך דען פארשטעלן אויף עפעס סיי אז עס עקזעסטירט און סיי אז עקזעסטירט נישט?

עד כאן דעקראט'ס הוכחה.

יעצט צו איינע פון די קושיות:

עס איז דא די 'נאכט שטערן' [עכ"פ סאם אוו דע פלעיסעס, סאם אוו דע טיים], די ערשטע ליכטיגע שטערן וואס באווייזט זיך אויפן האריזאנט ווען די נאכט פאלט צו.

דערנאך איז דא די 'פרימארגן שטערן', די לעצטע ליכטיגע שטערן וואס זעהט זיך אויפן הימל ווען די זוהן שיינט אויף.

קען מען זיך פארשטעלן א וועלט וואו עס עקזעסטירט די נאכט שטערן, אבער די פרימארגן שטערן עקזעסטירט נישט? לכאורה יא.

דער אמת איז אבער, רבותי, אז די צוויי זענען איין און די זעלבע זאך, און איז אייגנטליך נישט קיין שטערן נאר דער פלאנעט ווענוס, וא"כ, לדברי דעקארט, וויאזוי קען זיין אז מיר האבן זיך פארגעשטעלט אז איין און די זעלבע זאך עקזעסטירט יא און נישט?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 6:39 pm
דורך פארוואס?
זייער שיין.

באופן כללי, פארשטיי איך נישט ווי שטארק די יסוד דא איז, וואס הייסט מ׳קען זיך פארשטעלן אדער נישט, אין א געוויסן זין, קען איך זיך אויך פארשטעלן א רונדעכיגע סקווער.

אפשר קען מען באקומען עפעס א לינק?

Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 6:53 pm
דורך חאצקעל שניידער
סהייסט אז די דמיון דאס איז די גוף וואס איז מדמה די מיינד וואס איז די נפש און אויב וואלט די נפש געווען א חלק פון גוף וואלט מען זיך עס נישט געקענט פארשטעלן ווייל מקען זיך נישט פארשטעלן מני׳ ובי׳ האב איך גוט פארשטאנען?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 6:57 pm
דורך געפילטע פיש
איך פארשטיי אויך נישט זיין הוכחה, עכ"פ וויאזוי דו ברענגסט עס צו. איך קען זיך פארשטעלן א קוה מיט א נפש, און א קוה אן א נפש, ביידע זענען מעגליך, נאר איינס איז אמת. די זעלבע ביי א מענטש, מ'קען זיך פארשטעלן אז איך בין מיין גוף און ס'איז קיין נפש נישט פארהאט, און פארקערט אויך. יתר מכן, קוואנטום פיזיקס האט אונז שוין געוויזן אז לאגיק איז נישט מכריח מציאות, און אומלאגיק איז נישט שולל די מציאות, טא וואו קומט לאגיק אריין דא?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:04 pm
דורך פלאוויוס
איך פארשטיי נישט דיין קשיא ונבנתה.

איך זע א מענטש גיין פונדערווייטנס, ער ווערט פארשוואונדן פון מיינע אויגן, און א מינוט שפעטער זע איך אים נאכאמאל. מיר דאכט זיך אז ס'איז צוויי אנדערע מענטשן (און איך קען מיר פארשטעלן א מציאות אין וועלכן דער "ערשטער מענטש" זאל יא זיין און "דער צווייטער" נישט), אבער למעשה זענען זיי איין מענטש. דאס זענען מעשים בכל יום און ס'האט צוטון מיט א טעות וואס מיר מאכן. דאס הייסט נישט אז איך האב מיר פארגעשטעלט אז די "זעלבע זאך" עקזיסטירט יא און ניין, נאר איך האב געמיינט אז די זענען "צוויי אנדערע זאכן".

אפילו ווען מיר ווייסן שוין יא אז דער מארגן-שטערן און דער נאכט-שטערן זענען ביידע ווענוס, קענען מיר נאך אלץ טראכטן פון א מציאות אז דער ווענוס זאל טעארעטיש ווערן בטל אינמיטן דער נאכט און נישט ארויפקומען אינדערפרי, ווייל מיר זעען נישט דעם פארטאג און דעם פארנאכט אין דער זעלבע רגע. וואס מיר קענען אבער נישט טראכטן בשום אופן איז, אז ווענוס זאל אין דער זעלבער רגע סיי עקזיסטירן און סיי נישט עקזיסטירן.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:06 pm
דורך פלאוויוס
פארוואס? האט געשריבן:זייער שיין.

באופן כללי, פארשטיי איך נישט ווי שטארק די יסוד דא איז, וואס הייסט מ׳קען זיך פארשטעלן אדער נישט, אין א געוויסן זין, קען איך זיך אויך פארשטעלן א רונדעכיגע סקווער.


דו קענסט נישט. אויב ס'איז רונדיג איז עס נישט קיין סקווער.

Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:07 pm
דורך [NAMELESS]
איינמאל איך ווייס וויאזוי א ליידיגע שפיגל קוקט אויס פארוואס זאל איך נישט קענען דמיונ'ן ווי איך שטיי פאר א ליידיגע שפיגל?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:11 pm
דורך פלאוויוס
געפילטע פיש האט געשריבן:איך פארשטיי אויך נישט זיין הוכחה, עכ"פ וויאזוי דו ברענגסט עס צו. איך קען זיך פארשטעלן א קוה מיט א נפש, און א קוה אן א נפש, ביידע זענען מעגליך, נאר איינס איז אמת. די זעלבע ביי א מענטש, מ'קען זיך פארשטעלן אז איך בין מיין גוף און ס'איז קיין נפש נישט פארהאט, און פארקערט אויך.


דעם נפש פון דער קו קענסטו דיר נישט פארשטעלן בכלל. דו קענסט נאר גלייבן אין דעם, אבער זיך נישט פארשטעלן בשום אופן. אפילו דעם מענטשליכן נפש אליין קען מען זיך נישט פארשטעלן, נאר ס'איז א מציאות אז מיר עקזיסטירן. די פראגע דא ווערט צי מיר קענען זיך פארשטעלן א מציאות פון אונזער אייגענער עקזיסטענץ אן דעם וואס מיר זאלן האבן א גוף. וויבאלד דער ענטפער איז יא, דרינגט דעקארט פון דעם, אז אונזער עקזיסטענץ איז טאקע א מציאות וואס איז נישט תלוי אינעם גוף. מ'קען דעבאטירן צי ס'איז טאקע א הוכחה אדער נישט, אבער די ספעציפישע פירכא וואס דו ברענגסט פון דער קו איז בכל אופן נישט שווער.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:14 pm
דורך פלאוויוס
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איינמאל איך ווייס וויאזוי א ליידיגע שפיגל קוקט אויס פארוואס זאל איך נישט קענען דמיונ'ן ווי איך שטיי פאר א ליידיגע שפיגל?


דו קענסט דיר דמיונ'ען א ליידיגע שפיגל אן דעם וואס סיי וואס זאל זיך שפיגלען אין דעם? איך קען נישט.

איך קען טראכטן אז א מענטש שפיגלט זיך נישט אין דעם, א בוים שפיגלט זיך נישט, א.א.וו. אבער איך קען מיר בשום אופן נישט פארשטעלן א שפיגל וואס שפיגלט גארנישט, ווייל דעמאלט פארלירט עס דעם נאמען שפיגל.

Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:17 pm
דורך [NAMELESS]
דאס אז א שפיגל מוז עפעס אפשפיגלען איז א הוכחה אויף די נפש?
איינמאל איך קען א שפיגל אן א אפשפיגלונג פון א גוף קען איך מיר זעהן שטיין פאר א שפיגל אן מיין אפשפיגלונג,

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:29 pm
דורך פלאוויוס
דער חלק מיטן שפיגל איז בלויז א משל - דער געדאנק איז נישט בלויז אז זאלסט קוקן אין שפיגל און זיך נישט זען דארט, נאר ס'זאל אויך נישט זיין קיין גוף וואס קוקט אין שפיגל.

דו קענסט דיר פארשטעלן ווי דיין גוף שטייט פארנט פונעם שפיגל אבער מאיזו סיבה שהיא כאפט זיך עס נישט אויף אינעם שפיגל (דער שפיגל ווייזט ווייטער די וואנט אקעגנאיבער). אבער מיר קענען למעשה טון מער פון דעם - מיר קענען זיך אויך פארשטעלן אז מיר האבן בכלל נישט קיין גוף, און דאך קענען מיר טראכטן וועגן זיך.

דא איז דעקארט'ס טענה: אויב איז דער מציאות פון עקזיסטענץ אן א גוף אן אוממעגליכער מציאות, וויאזוי איז דאס מעגליך אז מיר קענען זיך פארשטעלן אזא זאך?

Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:42 pm
דורך טאמבל סאס
דו קענסטיך דען פארשטעלן א באשעפער וועם קיינער האט נישט באשאפן? יעצט, וועט עמיצן איינפאלן צוזאגן אז דערפאר עקזעסטירט ער נישט?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:46 pm
דורך ונבנתה העיר
נאך איין מאהל:

מען קען זיך פארשטעלן א אהן ב, און ב אהן א.

עס איז אוממעגליך זיך פארצושטעלן א אהן א.

אויב מיינד און באדי זענען בסך הכל צוויי וועגן צו רעדן פון א, וויאזוי קען מען זיך פארשטעלן איינס אהן די אנדערע.

Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:49 pm
דורך טאמבל סאס
ונבנתה העיר האט געשריבן:קען מען זיך פארשטעלן א וועלט וואו עס עקזעסטירט די נאכט שטערן, אבער די פרימארגן שטערן עקזעסטירט נישט? לכאורה יא.

דער אמת איז אבער, רבותי, אז די צוויי זענען איין און די זעלבע זאך, און איז אייגנטליך נישט קיין שטערן נאר דער פלאנעט ווענוס, וא"כ, לדברי דעקארט, וויאזוי קען זיין אז מיר האבן זיך פארגעשטעלט אז איין און די זעלבע זאך עקזעסטירט יא און נישט?


אפשר זיך פארשטעלן אז זאכן זענען צוויי ווען אינ'אמתן זענען זיי איינס איז מעגליך אבער פארקערט, דהיינו אויף זאכן וואס זענען צוויי אז זיי זענען איינס - איז אומעגליך?!

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:50 pm
דורך הקטן
איך הייס דיך שטיין ביים שפיגעל און זיך זעהן וואו דו האסט נישט קיין גוף
און דו זאגסט מיר OK

איין מניט - צו וועם האב איך גערעד?
ווער האט מיך געהערט ?
ווער האט אויסגעפאגלט?
דיין גוף איז דאך נישט דא

אטער דאס איז די ראיה אז ס'דא איינער אינטער דעם גוף

[tag]פלאוויוס[/tag] האט דאס ארויס.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 11:04 pm
דורך פארוואס?
פלאוויוס האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:זייער שיין.

באופן כללי, פארשטיי איך נישט ווי שטארק די יסוד דא איז, וואס הייסט מ׳קען זיך פארשטעלן אדער נישט, אין א געוויסן זין, קען איך זיך אויך פארשטעלן א רונדעכיגע סקווער.


דו קענסט נישט. אויב ס'איז רונדיג איז עס נישט קיין סקווער.

דאס איז דאך די קעיס דא, אז אפילו זאכן וואס זענען קעגן די לאגיק קען מען זיך פארשטעלן.
מיין עיקר טענה איז, אז עס איז אומ-קלאר די הגדרה פון זיך יא/נישט קענען פארשטעלן זאכן.
איך קען זיך פארשטעלן אז די פריים-נומערן האבן אן ענד, כאטש עס איז נישט ריכטיג לאגיש, ועוד כהנה וכהנה.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:00 am
דורך פלאוויוס
נישט ריכטיג. דו שטעלסט דיר נישט פאר די זאך אליין, נאר דו זאגסט סתם ווערטער. ווען דו זאגסט "איך שטעל מיר פאר אן עלעפאנט מיט צוועלף הערנער" קענסטו אפמאלן אין דיין מוח אזא בילד, אבער ווען דו זאגסט "איך שטעל מיר פאר א רונדיגער סקווער" מאלט דיר דיין מוח נישט אויס קיין שום בילד.

מיר קענען ארויסזאגן דאס ווארט "אינפיניטי" אבער מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דעם באגריף וויבאלד מיר האבן עס קיינמאל נישט באגעגנט אין אונזער לעבן. "באוואוסטזיין" אן א קערפער איז עפעס וואס מיר קענען זיך פאקטיש פארשטעלן, און נישט בלויז רעדן וועגן דעם.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 3:26 am
דורך עדיאל
ס'איז שווער צו פארשטיין דעקארט אינדרויסן פון ראם.
א', נפש מיינט ער שכל. נישט דוקא חלק אלוה, נאר וויבאלד ער איז רעליעזער (ער מאכט זיך, אבער עכ"פ די סטיל איז רעליגיעז), איז שכל סינאנים מיט נפש.
ב', דעקארט איז דער בעל המימרות cogito ergo sum און sum res cogitans, עכ"פ דאס לערנט מען אין זיינע ווערטער. דאס הייסט, די תוך פון א מענטש איז דער נפש, דער נפש איז דער מענטש אליינס, וועלכער פארמאגט א גוף, ודלא כהתניא.
ג', ער טענה'ט א מענטש קען זיך נישט מצייר זיין עפעס יש מאין. א יוניקארן איז א פערד, מיט א שינוי אין צאל און פלאץ פון הערנער. די ווילדסטע פאנטאזיעס זענען נישט קיין חידושים גמורים.
ד', א הוכחה אויף די עקזיסטענץ אויף גאט, ס'וואלט נישט שייך געווען זיך צו מצייר זיין א גאט, אילולי גאט אליינס איז זיך מתגלה צו די נפש, ווייל אזא מין ציור וואלט געווען יש מאין, ווייל גארנישט ענדלט אין גאט.

לויט ווי ונבנתה לייגט דא אראפ די הוכחה אויף די נפש, איז דאס א סימאנטישער הוכחה, נישט קיין לאגישער. סך הכל ווייזט ער אויף אז נפש איז נישט סינאנים מיט גוף. מ'דארף מעלדן די ווערטערבוך קאמיטע.

די געדאנק דארף זיין אז דאס אז דער מענטש קען פארשטעלן זיך אנע גוף, הייסט עס אז די נפש איז דער פארשטעלער און איז נישט קיין חלק פון די גוף, וואס, ווי מ'שטעלט זיך פאר, איז דאך נישטא.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:07 am
דורך סודני
זייער שיין ונבנתה, א ישר כח.
גיהערט אמאל אויף א אנדערע משל, אפשר וועט עס זיין. בייהילפיג פאר איינעם.
איר קענט זיך מצייר זיין א שמייכל פין אייער חבר ראובן , איר מיזט אבער אין די זעלבע צייט אויך זיך מצייר זיין, פין ראובן אדער כאטש זיינע ליפן , אויב זאלט איר אינגאנצן אוועק נעמען ראובן, אין זיינע ליפן אויך, דאן קענט איר זיך נישט מצייר זיין ראובנ׳ס א שמייכל, די סיבה איז פשוט, ראובן שמייכל איז נישט קיין עקסטערע מציאות עס איז א חלק פין עים, אין אויב ער איז נישט דא קענט איר עס נישט מצייר זיין, לענינו
ווי באלד א מענטש קען זיך מצייר זיין, ווי ער איז טויט אויף די ערד אין ער קוקט אויף זיך אליין, פרובירט מצייר זיין, אין איר העט זיין אז איר קענט, מיז זיין אז אייער מחשבה מיט אייער גוף איז צוויי באזונדער. וואלט עס גיווען איינס וואלט איר זיך נישט געקאנט מצייר זיין אזא זאך אזוי ווי איר קענט זיך נישט מצייר זיין ראובן שמייכל אן ראובן וויל עס איז נישט באזונדער.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:25 am
דורך הקטן
לאמער דאס טראגן נאך א סטעיפ
קענט איר באמערקען אייער מחשבה?
איז ווער איז דאס די מחשבה און ווער באמערקט די מחשבה


קענט איר באמערקן וואו איר באמערקט אייער מחשבה? האא?

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:00 pm
דורך געוואלדיג
אזוי אויך קען זיך איינער פארשטעלן זיין כח, נישט די תוצאה פון דעם נאר די עצם כח?

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:35 pm
דורך קול דודי
איך פארשטיי נישט די הוכחה מעיקרא. דהיינו, אוודאי וועל איך מודה זיין אז מיין קאנצעפט פון א נפש איז פון עפעס וואס איז נישט א חלק פונ׳ם גוף, ווייל אנדערש וואלט איך נישט געקענט זיך פארשטעלן א נפש אן א גוף. דאס איז אבער נאר א הוכחה לגבי מיין קאנצעפט, נישט לגבי דברים כהווייתן. ס׳קען דאך מעגליך זיין אז מיין קאנצעפט איז נישט ריכטיג בכלל, אדער גאר אז דער נפש איז אן אן אחוזת עינים וואס עקזעסטירט נישט אלס עפעס וואס מיין קאנצעפט קען עפעקטירן.

למשל:
קען איך זיך פארשטעלן היץ אן א זאך וואס איז הייס, פייער אן א סנה? יא, איך קען. איז דאס טאקע א ראיה אז פייער איז באמת א דבר רוחני נישט א חלק פון דער פיזישער עקזיסטענס פון אטאמס און מאלאקיולס? ניין, ס׳איז פשוט א ראיה אז אונזער קאנצעפט פון פייער איז נישט ריכטיג.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:54 pm
דורך ונבנתה העיר
אה, דער בעל החתימה אליין...

לכאורה איז דער תירוץ, הוא המיינד הוא הכח המדמה.

ווער איז דער וואס שטעלט זיך פאר אז די מיינד שטייט ביים שפיגל אהן א גוף? די מיינד גופא. מוז דאך זיין אז די מיינד און די גוף זענען נישט די זעלבע זאך.