בלאט 1 פון 2
ערלי שבת
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:15 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
א גוט יאר מיינע געטרייע ידידים.
וואס איז אייער מיינונג לגבי מאכן פרי שבת. מזאגט נאך אז אסאך פריעדיגע צדיקים פלעגן מקבל שבת זיין ווען סאיז נאך געוועהן טאג.
איך גיי נאטס פאר ערלי שבת סאיז ממש מעין עולם הבא.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:16 pm
דורך קאווע טרינקער
וגם במנוחתו לא ישכנו ערלי"ם.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:35 pm
דורך געפילטע פיש
בהביאכם בני נכר, ערלי לב וערלי בשר.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:11 pm
דורך שושן פורים
ומלתם את ערלת לבבכם, נסמכה ערלי שבת למילה, ומה מילה מצוותה מבעוד יום אף ערלי שבת מצוותה בעוד היום גדול.
וא"ת מה מילה מצוותה משתנץ החמה אף ערלי שבת משתנץ החמה? ?!! אמר קרא לבבכם ורמינן והרי ערלה הוא מלשון אוירע"ל (oral) בלע"ז רומז על הפה ולבבכם רומז על הלב ?? אלא רמז לך הכתוב ד רחמנא ליבא בעי ואיך יתפללו בני אדם קבלתא דשבתא בנוסחא דקרלבכיתא בשעתא שיתא בצפרא? על כרחך רומז הפסוק שיקבלו שבת בשעתה דנייחא לכולי עלמא
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:07 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
א שיינע פשעטיל, שושן פורים רב.
הושענא שושן פורים רב הושענא.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:35 pm
דורך [NAMELESS]
קומט א פרישער ניק און בארירט א נושא, (נאך עני טיים אזוי וויכטיג צו איך האב ליב מיין טאטע, און עניטיים אזוי אינטערסאנט ווי די אשכול מיוחד לעברית וואס האלט שוין ביי 5 (!) בלעטער ליידיג פון תוכן) סוואלט געקענט ווערן גאנץ א גוטע שמועס, ווי אויך א גוטע איידיע פאר די וואס האבן נאכנישט געשפירט די טעם. אבער אפאר לייק ליבהאבער האבן געוואלט פארדינען אויף יענעמ׳ס חשבון.
שוין די זאך איז דערנאך.
Re: ערלי שבת
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 11:55 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
אפשר איז כדי צו שרייבען בתי מדרשים וואס האבען ערלי מנין. שומרי שבת
ווער ווייסט נאך?
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 11:59 pm
דורך [NAMELESS]
און מאנסי לויט ווי איך הער איז דא מער ערלי שבת מנינים ווי געהעריגע, עימיצער זאגט מיר אז יעדע שול און מאנסי האט א ערלי שבת מנין, און ביי טייל שולן איז דאס די איינציגסטער מנין, חוץ די גרויסע חסידות׳ער שולן א שטייגער ווי וויזניץ סאטמאר.
Re: ערלי שבת
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:00 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
עזריאל וואס איז א נפקא מינה פרישער ניק צו נישט? אז ס׳ געפעלט דיר נישט שרייב וואס ס׳ געפעלט דיר נישט. מאך נישט פיהלען א פרישער ניק ווי סעקאנד קלעס. געדענק אז די ביסט אויך געווען אמאל א פרישער ניק.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:18 am
דורך [NAMELESS]
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:עזריאל וואס איז א נפקא מינה פרישער ניק צו נישט? אז ס׳ געפעלט דיר נישט שרייב וואס ס׳ געפעלט דיר נישט. מאך נישט פיהלען א פרישער ניק ווי סעקאנד קלעס. געדענק אז די ביסט אויך געווען אמאל א פרישער ניק.
האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, מיין נקודה איז אז מ׳דארף עקסטער נזהר זיין ווען סהאנדעלט זיך מיט א פרישער ניק, מ׳קען קיינמאל נישט וויסן וואספארא געלונגענע פערזאן סליגט באהאלטן אונטער יענעם, מ׳דארף אים לאזן זיך עפענען זיינע אוצרות און אריינוואקסן ווי א תושב דא, קוק אן אדנירם ער איז קוים דא געציילטע וואכן און ער פארנעמט שוין די אויבן אן
Re: ערלי שבת
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:19 am
דורך חאצקעל שניידער
ביי אונז חסידים פירט מען זיך נישט אזוי.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:23 am
דורך הק זעמל
דאס אז מ'רופט עס "ערלי שבת" קענסטו שוין פארשטיין וועלכע עלעמענט עס ציט
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:57 am
דורך [NAMELESS]
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ביי אונז חסידים פירט מען זיך נישט אזוי.
גרויסע ענין געווען אמאל ביי חסידים מקבל שבת זיין פריער. צדיקים פלעגן פועלן ישועות מיטן מוסף זיין מחול על קודש.
המאחרים לצאת מן השבת ״וממהרים לבוא״ נאך אלע חסידישע ווערטלעך האט א פשוטע דערהער אויך.
Re: ערלי שבת
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:59 am
דורך חאצקעל שניידער
נו ווער קען שרייבען עפעס צו דער זאך מיט מקורות לכאן ולכאן?
Re: ערלי שבת
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 3:59 am
דורך גרויסע מענטשעלע
עזריאל האט געשריבן:די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:עזריאל וואס איז א נפקא מינה פרישער ניק צו נישט? אז ס׳ געפעלט דיר נישט שרייב וואס ס׳ געפעלט דיר נישט. מאך נישט פיהלען א פרישער ניק ווי סעקאנד קלעס. געדענק אז די ביסט אויך געווען אמאל א פרישער ניק.
האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, מיין נקודה איז אז מ׳דארף עקסטער נזהר זיין ווען סהאנדעלט זיך מיט א פרישער ניק, מ׳קען קיינמאל נישט וויסן וואספארא געלונגענע פערזאן סליגט באהאלטן אונטער יענעם, מ׳דארף אים לאזן זיך עפענען זיינע אוצרות און אריינוואקסן ווי א תושב דא, קוק אן אדנירם ער איז קוים דא געציילטע וואכן און ער פארנעמט שוין די אויבן אן
שכח פאר די ווארמע חיזוק ווערטער לאמיר האפען אז עפעס העט זיך אנטוויקלען פין מיר.
Re: ערלי שבת
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:07 am
דורך גרויסע מענטשעלע
צוריק צום ענין
פאר מקורות העליך לאזען פאר א צוויטען.
כוועל ארוםרעדן פין גשמיות די געשמאק פין קידוש מאכן ווען דער עולם איז נאכנישט איבערגעמידט די גלעזל וויין האט אן אנדערע טעם ווער רעדט נאך פין די פיש ווי זוי סשלענגלט זיך אריין מיט זי זוהן שטראלען פין דערויסען.
מעין פוינט די האלטסט ביים זופ די הערסט די שכנטע שרייט אויף די קינדער זי וויל נאך אריינכאפן א שויער פארן זמן.
יענקל קומט צו לויפן מיט די ווייסע זאקן מיטן קאפעליטש נאכן מקוה נישט צו משנה זיין פין זיין פאטער אין ער קרומט מיט די נאז ווען ער זעהט מיך שוין שפאצירן מיטן פילע בויך. זאג נאר האסט עס געזעהן ביי דיין טאטע ??
חברה זייטס ממשיך .....
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 8:33 am
דורך שמעקעדיג
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ביי אונז חסידים פירט מען זיך נישט אזוי.
מיינסט צו זאגן ביי אונז אין ווילי און אין קרית יואל.
איך הער.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:40 am
דורך I'm back
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ביי אונז חסידים פירט מען זיך נישט אזוי.
ער מיינט געהעריגע חסידים, נישט נטורא קרתא
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:47 am
דורך ציבעלע-קיגל
מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.
איך האלט אז אויב מען מאכט זומער ערלי שבת, דארף מען מאכען אפאר מאהל ערלי שבת אין מיטן ווינטער ווען דער זמן איז פרי (ארום 4). דענסמאהל איז עס עפעס ווערט
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:01 am
דורך I'm back
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.
איך האלט אז אויב מען מאכט זומער ערלי שבת, דארף מען מאכען אפאר מאהל ערלי שבת אין מיטן ווינטער ווען דער זמן איז פרי (ארום 4). דענסמאהל איז עס עפעס ווערט
קונץ? איך כאפ נישט וואס די ווילסט ארויסברענגען
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:22 pm
דורך לית דין בר נש
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:כוועל ארוםרעדן פין גשמיות די געשמאק פין קידוש מאכן ווען דער עולם איז נאכנישט איבערגעמידט די גלעזל וויין האט אן אנדערע טעם ווער רעדט נאך פין די פיש ווי זוי סשלענגלט זיך אריין מיט זי זוהן שטראלען פין דערויסען.
מעין פוינט די האלטסט ביים זופ די הערסט די שכנטע שרייט אויף די קינדער זי וויל נאך אריינכאפן א שויער פארן זמן.
יענקל קומט צו לויפן מיט די ווייסע זאקן מיטן קאפעליטש נאכן מקוה נישט צו משנה זיין פין זיין פאטער אין ער קרומט מיט די נאז ווען ער זעהט מיך שוין שפאצירן מיטן פילע בויך. זאג נאר האסט עס געזעהן ביי דיין טאטע ??
חברה זייטס ממשיך .....
נו מזה וזה אל תנח ידך איך האב ביידע טעמים איך עס דעמאלס טועמיה מיט די זון שטראלן אריינשיינען ווען די פיש שלענגעלט זיך אריין און איך זיץ דעמאלס מיט די ווייסע זאקן און די הוט נאכ'ן מקוה
ווען איך האלט ביי די קוגל שרייט מיין ווייב אויף די קינדער זי וויל נאך כאפן א שויער פאר'ן זמן.
שפעטער ווען די שלאפסט שוין קום איך אהיים און איך הייב אהן שלום עליכם מיט א געשמאק און ווען די שטייסט אויף זינג איך נאך קה אכסוף איי איי איי וואס פארשטייסטו צו א תענוג גשמי
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 1:35 pm
דורך מאטל שניידער
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.
איך האלט אז אויב מען מאכט זומער ערלי שבת, דארף מען מאכען אפאר מאהל ערלי שבת אין מיטן ווינטער ווען דער זמן איז פרי (ארום 4). דענסמאהל איז עס עפעס ווערט
מזאגט נאך פון ווילנער גאון איינער האט אים געזאגט א קונץ אז ער זיצט אין לערנט מיט אזא ספרים שטוב האט ער אים גענטפערט כבין נישט קיין קונצן מאכער.....
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 1:45 pm
דורך פריש וואסער
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.
מ'זאגט נאך א ווארט, אז וויאזוי זעהט מען אויף איינעם וואס מאכט פרי שבת אויב ער מיינט טאקע מוסיף צוזיין מחול אל הקודש, אדער ער טוט עס סתם פאר זיין באקוועמליכקייט? אויב מוצאי שבת ציט ער אויך אריין מיטן שבת, זעט מען אז ער מיינט דעם שבת. דאס איז פשט: "המאחרים לצאת מן השבת", נאר דעמאלסט איז "וממהרים לבא". ודפח"ח.