בלאט 1 פון 1
די שכר לימוד קרעדיט סקעם
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 11:54 pm
דורך שמעון וואלף
אין די נייעס היינט איז געווען באריכטעט אז גאווערנער קאומא האט זיך גענומען קאמפיינען פאר זיין שכר לימוד טעקס קרעדיט. ער איז ארומגעגאנגען צו עטליכע קאטוילישע קירכעס און להבדיל א ישיבה אין פלעטבוש, ווי ער האט מסביר געווען ווי וויכטיג דאס איז. די היימישע פאליטישאנס רעדן שוין לאנג דערפון כאילו דא קומט עפעס א ווער ווייסט וואס, ווען באמת איז עס הוילע פאליטישע פראפאגאנדע.
כדי דאס צו פארשטיין, וועל איך פראבירן ארויסצוברענגן עטליכע פונקטן.
די קרעדיט וועט געגעבן ווערן פאר עלטערן וואס צאלן שכר לימוד פאר פריוואטע ישיבות און שולעס.
די קרעדיט וועט זיין 500 דאללער פער קינד, ביז צוועלעפטע קלאס.
נאר עלטערן וואס פארדינען ביז $60,000 זענען בארעכטיגט פאר די קרעדיט.
די קרעדיט וועט קאסטן פאר די שטאט צווישן $150-300,000,000, געוואנדן לויט וואספארא ווערזשין די ביל וועט דורכגיין. די געלט וועט פארשטייט זיך קומען פון די שטייערצאלער.
די קרעדיט איז nonrefundable, דאס הייסט אז נאר טאמער איז מען שילדיג שטייערן, קען מען ניצן די קרעדיט צו אפווישן די חוב, אבער איינער וואס צאלט נישט קיין טעקס ווייל ער פארדינט ווייניג אדער צוליב אנדערע טעקס קרעדיטס, וועט גארנישט פארדינען.
יעצט דארף מען מאכן די חשבון וויפול מענטשן וועלן געניסן דערפין. לענ"ד איז כאטשיג האלב עולם פון די וואס צאלן נישט קיין טעקסעס. נאך א דרייסיג פראצענט פארדינט מער ווי זעכציג אלפים וואס שליסט זיי אויס פון די קרעדיט. פון די איבריגע צוואנציג פראצענט וואס פארדינט ווייניגער ווי $60,000 און צאלן טעקס, דארף מען אראפנעמען האלב וואס גייען גארנישט פארדינען צוליב אנדערע טעקס קרעדיטס וואס זיי באקומען שוין, און ווישט אפ זייער גאנצע טעקס ביל. בלייבט מען איבער מיט אפשר 10 פראצענט וואס וועלן געניסן דערפון למחצה לשליש ולרבוע. פון די אנדערע זייט אבער וועלן די דרייסיג פראצענט שטייערצאלער דארפן צאלן מער דאס צו פינאנסירן. (דעסקלעימער: מיינע נומערן זענען מסתמה נישט אקוראט אבער איך גלייב אז ס'איז נישט רחוק מן המציאות)
אלא מאי?
כך הוא דרכם של פאליטישאנס. די היימישע עסקנים און פאליטישאנס ווילן האבן קרעדיט ביים עולם כדי ווען עס קומט עלעקשאן דעי זאל מען גיין ווי די שאף צו די שחיטה, פארטושט מען די מוחות כאילו מ'האט ארלעדיגט עפעס אזאנס און אזעלעכס.
עס איז צייט אז די היימישע שטייערצאלער זאלן האבן א וועג זיך צו לאזן הערן!
Re: די שכר לימוד קרעדיט סקעם
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:15 am
דורך Young Investor
שמעון וואלף האט געשריבן:עס איז צייט אז די היימישע שטייערצאלער ....
לאל...
קיינמאל נישט געהערט אזא זאך
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:18 am
דורך שמעון וואלף
קוקט אויס די ביסט נאכנישט ארויס פון כולל, אפשר ביסטי א מלמד.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 6:14 am
דורך [NAMELESS]
אל דאגה, מי שענה לפ.ס. ומ.ק. ו(בצאת השנה)לט.ק. הוא יענה אתכם גם לזה, כידוע...
Re: די שכר לימוד קרעדיט סקעם
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כשר גערעכט אז א היימישע איד, וואס שכר לימוד איז אויף איהם א שווערע לאסט, און מאכט ווייניגער ווי $60,000 איז א יקר המציאות. אבער אפשר קען מען דן זיין לכף זכות אז למסקנת הדברים, ווען מ'הייבט אן מיט אזעלכע זאכען, קען מען אנקומען צו וואוטשער''ס. פערזענליך בין איך נישט בעד וואוטשער''ס, אבער רוב דער ציבור איז יא.
Re: די שכר לימוד קרעדיט סקעם
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 7:50 am
דורך נופת צופים
שמעון וואלף האט געשריבן:די קרעדיט איז nonrefundable
וואסי פשט אין refundable tax credits? כ'מיין וואט דע פליפ? האסט עפעס געצאלט פערציג אלפים פאר טעקס אז מ'זאל דיר קענען ריפאנדען? ס'איז נישט א טעקס ריפאנד, ס'איז א טעקס פרעזענט.
Re: די שכר לימוד קרעדיט סקעם
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:43 am
דורך [NAMELESS]
האסט א מקור אז ס'איז נאר פאר ווער ס'פארדינט ווייניגער פון זעכציג קעי?
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:10 am
דורך שמעון וואלף
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 3:47 pm
דורך ציבעלע-קיגל
די ישיבות גייען נאך דעם מאכען די זעלעבע גניבה ווי אונזערע פיינע אידן די לענדלארדס מאכען.
נאכן נעמען די "אכטער" נעמען זיי נאך צו נאך צוויי אלפים (לכל הפחות)
נאכען צאלען די ישיבה גייען די ישיבות זאגען די געלט וואס מען באקומט קען מען נישט נוצען פאר שכר לימוד נאר פאר'ן דינער און מען דארף צאלען די זעלבע שכר לימוד.
ז'אסט וועיט ענד סי
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 11:48 pm
דורך בן עזאי
שמעון וואלף איז גערעכט מיט די פאקט אז די טעקס קרעדיט איז בלויז $500, און דאס וועט מיר נישט רייך מאכן.
אבער מען דארף נעמען אין באטראכט אז דאס איז "פער קינד".
אז איך האב למשל 7 קינדער אויף וועם איך מיטשע זיך צו צאלן שכר לימוד, קען עס זייין אן מוראדיגע הילף די איבריגע $3,500 א יאר ביים טעקס רעטוירן.
איך קען דאס ניצן צו אפגרעידן מיין ליעס פון אן אפגעשיילטע האנדא סיוויק, צו א שווארצע שעווי סובערבאן...
אדער גאר זיין פרנס היום פאר די קאווע 3 חדשים פון יאר.
און מארגן ביים טרינקען קאווע וועט זיך ציבעלע קיגל אנרופן: דער הלל איז זיך לעצטנס געווארן א גביר, כהאב געהערט עפעס ער האט געהאט א גראבע פאליסי אויף זיין שכן וואס איז נארוואס אוועק, הא? כהאב לאנג געזאגט אז דער איז א חברה מאן.
אבער ערנסט גערעדט, דאס איז בלויז די קלענערע אויפטיה פונעם געזעץ.
די גרעסערע אויפטיה פונעם געזעץ איז דאס וואס פארן מנדב זיין פאר עדיוקעישן וועט וועט מען באקומען א טעקס קרעדיט ביז 75% פון די נדבה.
נעמט אין אכט דאס איז נישט קיין "טעקס דעדאקשאן" וואס נעמט בלויז אראפ פונעם חשבון פונעם אינקאם אויף וואס מען דארף צאלן שטייער, נאר א "טעקס קרעדיט " וואס נעמט אראפ פונעם פאקטישן שטייער סומע.
דאס מיינט אז דער מזרח וואנט נגיד וועט אנשטאט צאלן 150,000 אין שטייער, קען ער מנדב זיין $150,000 פאר זיין אייניקלס חדר, און דאס וועט רעדוצירן זיין שטייער סומע צו $37,500.
דאס וועעט גאר פארגרינגערן פאר די מוסדות צו באקומען גרעסערע נדבות.
הא,וואס איז דיין מיינונג?
פאר די פאקטן זעהט דא
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 1:01 am
דורך געפילטע פיש
די פאלגענדע ווערטער וועלן געזאגט ווערן אומצאליגע מאל אין די אפיסעס פון מנהלי המוסדות און אדמיניסטראטארן אויב די געזעץ גייט דורך: "ס'דאך דא די נייע טעקס קרעדיט, קענסטו דאך עפפארדן נאך צוויי אלפים א יאר פאר דיין זונ'ס חינוך".
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 1:12 am
דורך בן עזאי
וואס, דו האסט נאר 4 קינדער?
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 1:15 am
דורך געפילטע פיש
משל משלו חכמים
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 8:03 am
דורך שמעון וואלף
געפילטע פיש האט געשריבן:די פאלגענדע ווערטער וועלן געזאגט ווערן אומצאליגע מאל אין די אפיסעס פון מנהלי המוסדות און אדמיניסטראטארן אויב די געזעץ גייט דורך: "ס'דאך דא די נייע טעקס קרעדיט, קענסטו דאך עפפארדן נאך צוויי אלפים א יאר פאר דיין זונ'ס חינוך".
נישט קיין וויץ. כ'האב געהערט אז מ'טוט עס לגבי די קאלעזש טווישן קרעדיט
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 8:08 am
דורך שמעון וואלף
בן עזאי האט געשריבן:שמעון וואלף איז גערעכט מיט די פאקט אז די טעקס קרעדיט איז בלויז $500, און דאס וועט מיר נישט רייך מאכן.
אבער מען דארף נעמען אין באטראכט אז דאס איז "פער קינד".
אז איך האב למשל 7 קינדער אויף וועם איך מיטשע זיך צו צאלן שכר לימוד, קען עס זייין אן מוראדיגע הילף די איבריגע $3,500 א יאר ביים טעקס רעטוירן.
איך קען דאס ניצן צו אפגרעידן מיין ליעס פון אן אפגעשיילטע האנדא סיוויק, צו א שווארצע שעווי סובערבאן...
אדער גאר זיין פרנס היום פאר די קאווע 3 חדשים פון יאר.
און מארגן ביים טרינקען קאווע וועט זיך ציבעלע קיגל אנרופן: דער הלל איז זיך לעצטנס געווארן א גביר, כהאב געהערט עפעס ער האט געהאט א גראבע פאליסי אויף זיין שכן וואס איז נארוואס אוועק, הא? כהאב לאנג געזאגט אז דער איז א חברה מאן.
אבער ערנסט גערעדט, דאס איז בלויז די קלענערע אויפטיה פונעם געזעץ.
די גרעסערע אויפטיה פונעם געזעץ איז דאס וואס פארן מנדב זיין פאר עדיוקעישן וועט וועט מען באקומען א טעקס קרעדיט ביז 75% פון די נדבה.
נעמט אין אכט דאס איז נישט קיין "טעקס דעדאקשאן" וואס נעמט בלויז אראפ פונעם חשבון פונעם אינקאם אויף וואס מען דארף צאלן שטייער, נאר א "טעקס קרעדיט " וואס נעמט אראפ פונעם פאקטישן שטייער סומע.
דאס מיינט אז דער מזרח וואנט נגיד וועט אנשטאט צאלן 150,000 אין שטייער, קען ער מנדב זיין $150,000 פאר זיין אייניקלס חדר, און דאס וועט רעדוצירן זיין שטייער סומע צו $37,500.
דאס וועעט גאר פארגרינגערן פאר די מוסדות צו באקומען גרעסערע נדבות.
הא,וואס איז דיין מיינונג?
פאר די פאקטן זעהט דא
ווי איך פארשטיי, קען מען נישט מנדב זיין דירעקט פאר די חדר. ס'גייט זיין אן ארגעניזעישאן וואס פאר זיי וועט מען מנדב זיין און זיי וועלן נאכדעם געבן די גרענטס. לכאורה וועט די ארגעניזעישאן נישט מעגן דיסקרימענירן נאר געבן פאר אידן און להבדיל קריסטן צו גלייך.
דארפסט אויך פארשטיין אז יעדע קרעדיט וואס די גאווערנמענט גיט פאר טעקסעס, דארף ווערן געדעקט פון ערגעץ אנדערש וואס דאס באדייט בע"כ אז טעקסעס וועט ארויפגיין