בלאט 1 פון 3

וואס ווייסט דען דער גוי?

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 10:54 pm
דורך ידען
א joke וואס פארט ארום אין די מינוטן האבעך געוואלט לייגן ביי די מלתא דבדיחתא אשכול אבער סע קען זיין אינטערעסאנט פאר א אשכול אליינס:

ר' ישראל דוד ווייס ע"ה פלעגט ארויסגיין קידוש מאכן שבת פארן ליינען אין גרויסן ביהמ"ד מיט ר' אברהם לאנדא און אנדערע זקינים. אזוי טונקענדיג דעם ראגעלע אין ברוינפן רופט זיך אן ר' אברהם "וואס ווייסט א גוי?"

ענטפערט איהם ר' ישראל דוד "דער גוי זיצט יעצט אויף זיין שיפל מיט זיין .... נקיבה, אין איין האנט א פיש כאפער און אין דער אנדערע האנט א קאלטע ביר, און די ווייסט וואס ער זאגט, "הלוואי ווען איך קען יעצט זיצן אין שוהל אין טונקן א ראגעלע אין שליוואוויץ"

יא יא, וואס ווייסט א גוי?

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 10:59 pm
דורך ידען
די זעלבע קען מען צולייגען וואס אפאר אויסגעקאכטע חברה שמיסען אין קאכעדיגע מקוה, איי איי וואס ווייסן די נארישע גוים פון א הנאה אויף דע וועלט? האבן זיי דען אזא יאמי מקוה?

זיכער זאגן די גוים מיט א שטארקע קנאה ווען זיי גייען אין די spa פון איין בור צום צווייטען און פון איין whirlepool צו די נעקסטע און פון די קאלטע שוויץ צו די הייסע :שפעט: :פארנומען: :האה?

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 2:11 am
דורך משכיל
געהערט אמאל, ווען די גוים זאלען וויסען וואס פארא טעם עס האט א בלאט גמרא שבת אינדעפרי פארען דאווענען וואלטען זיי זיך אלע מגייר געווען,

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 2:15 am
דורך זר זהב
איין זאך קעמין זיכער זאגן. 5 מינוט פארן זמן פון אויספאסטן אין א תענית טאג, אה וואס פארשטייט דער גוי....

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 2:24 am
דורך שימעלע
מזאגט נישט קיין תחנון היינט, אה וואס פארשטייט א גוי....

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 2:26 am
דורך זר זהב
יו"ט געפאלט אין שבת זאגט מען נישט ביים דוכענען די חלום חלמתי'ס מיט רבש"ע, אה וואס פארשטייט א גוי....

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 8:10 am
דורך איחוד פעלד
בשם סאטמאר רב
ווען ווערט א בעל תשובה א נארמאלע מענטש?
ווען עס הערט אים אויף באדערען אז מען זאגט נישט קיין תחנון...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:51 pm
דורך חאצקל
ברוך הוא אלקינו... ונתן לנו תורת אמת...

דער רבש"ע האט אונז געגעבן א תורה מיט אירע מצוות, און אויך, מיט אירע עבירות...
ווי האט דען א גוי א טעם אין אן עבירה, נאר אונז יודן קענען עס שפירן...

מים גנובים ימתקו!!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 1:30 am
דורך שמעקעדיג
דא קענט איר ליינען נאך חומר איבער די נושא. מען דארף אביסל צייט, אבער עס איז מתוק מדבש ושפתים יושק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:08 am
דורך טעלעפאן
איך וואלט נישט געוואלט אזוי צולייגן דעם גוי׳ס תאוות, אבער מען קען עס לגמרי נישט אוועקמאכן...

אבער נאך אלעם איז געשמאק צו זיין א איד. צו האבן א ״כח המעצר״. אוי איז דאס זיס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 2:33 pm
דורך קאלטס און ווארעמס
גרעיפ דזשוס מיט סעלצער...
וואס פארשטייען זיי...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 2:38 pm
דורך חאצקל
טעלעפאן האט געשריבן:איך וואלט נישט געוואלט אזוי צולייגן דעם גוי׳ס תאוות, אבער מען קען עס לגמרי נישט אוועקמאכן...

אבער נאך אלעם איז געשמאק צו זיין א איד. צו האבן א ״כח המעצר״. אוי איז דאס זיס


ווילאנג דער כח המעצר געהער צו מיר און נישט צו אנדערע, וד"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:49 pm
דורך נס קאווע
ווען מ' רעדט פון וואס ווייסט א גוי מיינט מען נישט די עצם תאוה פונקט ווי די פארשטייסט עס לגבי זאגן תחנון ער זאגט נישט קיינמאל קיין תחנון וואלט ער דאך געדארפט זיין אסאך א גליקליכערער מענטש נאר מ' מיינט נאכדעם וואס דו ביזט אנגעצויגן ווייל דו האסט נערוון צו תחנון ווי צו די הייליגע טעג און דער בעל תפלה געט א שריי יתגדל ווייל ער'ט געמיינט ס' די רבי'ס יא"צ האסטו אזא הנאה ווי ווען זיין לויער האט דיסמיד זיין קעיס אבער ער האטעך נישט קיין קעיס יעדן טאג און די זעלבע זאך איז מיט די אנדערע יודישע הנאה'ס חוץ די דריי יודישע פראבלעמען אז מ' קען נישט האבן א ציגארעטל נאכן טשולענט און אז מ' קען נישט האבן א ביר נאכן סדר און די דריטע האבעך פארגעסן אזויווי יעדע זאך וואס האט דריי זאכן (אדער זאלסט מיך נישט קענען אפפרעגן מיט א פערדע זאך אזוי קען יעדע זאך זיין די דריטע)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 7:00 pm
דורך יואליש
די געשמאק פון זיך אריינלייגן אין בעט ליל התקדש החג נאכן ליינען ק"ש בלויז ביז ובשעריך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 7:02 pm
דורך זר זהב
וויפיל נעכט ליין איך ניטאמאל ביז ובשעריך... :oops:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 7:12 pm
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:וויפיל נעכט ליין איך ניטאמאל ביז ובשעריך... :oops:


דאמאלס שפירט זיך פסח ביינאכט ווי א פראסטע דינסטאג אווענט, אזש ס'קען זיך גליסטן צו עסן חמץ.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 7:14 pm
דורך זר זהב
נישט ממש... נאר כמעט... -- אא"וו (אין אנדערע ווערטער) מ'דארף זיין אן ערליכע איד צו קענען אמאל זאגן: "וואס פארשטייט דען דער גוי"... איז די שאלה יעצט צי ס'לוינט זיך צו זיין ערליך כדי עס צו קענען זאגן דעי פאר מאל...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:40 pm
דורך חאצקל
דאס איבערהיפן ויהי נועם און ואתה קדוש מוצאי שבת בעפאר א יו"ט

די ערבי פסח און יו"כ ווען מ'זאגט נישט מזמור לתודה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 11:56 pm
דורך קווארטין
ווינטער ווען מ'קען שוין טרינקען די ליכטיקע קאווע מוצש"ק
אדער סתם אזוי טרינקען א קאווע נאך די מילכיגע סאפער (וואס מ'עסט נאג איינמאל א וואך)

אה און זומער מוצ"ש ווען מ'קען שוין הערן קול מבשר, אדער פארייכענען די לולקע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:39 am
דורך על המחיה
נס קאווע האט געשריבן:ווען מ' רעדט פון וואס ווייסט א גוי מיינט מען נישט די עצם תאוה פונקט ווי די פארשטייסט עס לגבי זאגן תחנון ער זאגט נישט קיינמאל קיין תחנון וואלט ער דאך געדארפט זיין אסאך א גליקליכערער מענטש נאר מ' מיינט נאכדעם וואס דו ביזט אנגעצויגן ווייל דו האסט נערוון צו תחנון ווי צו די הייליגע טעג און דער בעל תפלה געט א שריי יתגדל ווייל ער'ט געמיינט ס' די רבי'ס יא"צ האסטו אזא הנאה ווי ווען זיין לויער האט דיסמיד זיין קעיס אבער ער האטעך נישט קיין קעיס יעדן טאג און די זעלבע זאך איז מיט די אנדערע יודישע הנאה'ס חוץ די דריי יודישע פראבלעמען אז מ' קען נישט האבן א ציגארעטל נאכן טשולענט און אז מ' קען נישט האבן א ביר נאכן סדר און די דריטע האבעך פארגעסן אזויווי יעדע זאך וואס האט דריי זאכן (אדער זאלסט מיך נישט קענען אפפרעגן מיט א פערדע זאך אזוי קען יעדע זאך זיין די דריטע)


די דריטע זאך איז א גלעזעלע טיי נאך כל נדרי...

וואס פארשטייט דען א גוי ??!!

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 12:37 pm
דורך שושן פורים
..... צדיק שיק אהער די הערינג... ניין נישט דעי רויטע חאזעריי שיק אהער די שמאלץ הערינג .... און דו ..יא דו שיק אהער די קיכעלעך.. ניין נישט די דינע קרעקערס שיק די גראבע אטא דאס הייסט אייער קיכעלעך .... יוי !!! די היינטיגע יונגעלייט וואס פארשטייען ענק צו הערינג ... ענקערע זיידעס קערן זיך איבער אין קבר זעענדיג ווי ענק טוישן אויף די אייער קיכעלעך מיט שמאלץ הערינג פאר דינע קרעקערס מיט רויטע געמויזעכטס הערינג ..... אה די שליוואוויץ... לחיים לחיים .. וואס פארשטייט דען א גוי ??!!

המברך את עמו ישראל בשלום......אלוקינו ואלוקי אבותינו........נווווו יתגדל..... וואס איז א חתן???..... ניין דעם קאזניצע מגיד'ס יונגסטע ברודערס גבאי'ס טאכטער'ס יארצייט...... אה טאקע גערעכט ..... א חשובע פרוי געווען ... געזען טאקע אין ספר בהמתן של צדיקים גרויסע זאכן וועגן איר ... שוין יתגדל ויתקדש... ויהי בנסוע... אהההההה וואס פארשטייט דען א גוי צו א תחנין'לעס מאנטאג??!!


אההההההה!!!!! פיינע מקווה... אההההה.. זאג נאר די וואס גייסטו דארט אין די פריזינג מקווה?! קום אהער דא , אההההה.... יויש... פארשאלטן אלע ציונים ...אהההה.. זאג נאר דו יונגערמאנטשיק וואס גייסטו אין שאוער נאך די מקווה , הא?! סשמיציג ?! אויך מיר א מפונק... אה אה אה .. יוי איז דעס גוט.. וואס פארשטייט דען א גוי צו א הייסע מקוה פרייטאג נאכמיטאג....

די טשולענט איז דעלישעס ... די גאלע לעבט נאך... די אייער מיט לעבער בענאזאם .... יוי איז דעס גוט .... די קרים מאלאגא וויין אההההה... לכבוד שבת .. ווען א גוי זאל ווען איינמאל פארזוכן דערפון זאג איך דיר צו ער איז זיך מגייר תיקף ומיד..

( אפשר וועגן דעם שטייט אז מ'זאל נישט געבן מאכלי שבת פאר א גוי אויס מורא פאר אן איבערפלוס פון גרים )

ועוד.. ועוד .. ווי מיר גייען אין אונזער טאג טעגליכן סדר היום זענען אונז פול מיט ענדזשאימענט , וואס קיינער פארשטייט נישט נאר אונז ...


איי , וואס האב איך מיר פונקט יעצט דערמאנט? ??


ווייל עס איז מיר פונקט אויסגעקומען צו זיין אין א מעקס סעקיוריטי תפיסה (קארעקשינעל אנשטאלט בלע"ז) ווי די חברה זענען איינגעשפארט 23 שעה א טאג אין זייערע איינזאמע צעלן , בלויז איין שעה א טאג לאזט מען זיי ארויס אין הויף , פארשטייט זיך אונטער א שווערע אויפזיכט פון וועכטער .

זייענדיג דארט , הער ווי איין ארעסטאנט זאגט פארן צווייטן , אההההה... די פרישע לופט ..... א מחי' .... סהאט זיך אלעס געלוינט נאר פאר דעם ...... אוי ווען מעמטשן וואלטן ווען איינמאל געפילט דעם טעם , זאג איך דיר צו זיי קומען אלע צו לויפן אין תפיסה !!!!!!!



ווער ספארשטייט פארשטייט

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 12:47 pm
דורך מ גפני
שושן פורים האט געשריבן: אפשר וועגן דעם שטייט אז מ'זאל נישט געבן מאכלי שבת פאר א גוי אויס מורא פאר אן איבערפלוס פון גרים

:like :like :like ס'קומט זיך דיר אן עקסטערן לייק פארדעם

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 1:03 pm
דורך פישלע העררינג
הער נאר, מצוות לאו ליהנות ניתנו. און מיר זענען אידן, און צעפרידן צו זיין א איד.

אבער אז עס קומט מיט א טעלער טשולענט ליל שישי -

מיט א הייסע מקוה ער"ש נאכמיטאג ווי צו מאכן בישול אחר בישול אויף די טשולענט וואס איז נאך אין די בני מעיים.

א טעלער פישל'ע העררינג (איינער האט מיך גערופן?) בחינם אין כסף אין בעסמעדריש -

מיט א גלעזעלע שליוואוויץ אויף צו פארטושען די מויל גערוך פון די העריינג.

דאס אלעס האט נישט א גוי. ניטאמאהל א איד האט עס.

דאס איז רעזערווירט בלויז פאר אונז חסידים, אלץ א באנוס.