פון וואו?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

פון וואו?

שליחה דורך [NAMELESS] »

צווישן גראז איך שפאציר
איך זעה דעם ברייטן ים
ווארעמע זון-שטראלן איך שפיר
קלארע לופט, א געטליכע טעם,

ביימער הויעך ווי גראדע שטאנגען
אויף זיי בלעטער אין סוף אין צאל
פויגל צוויטשקענען זיסע געזאנגען
איבער א טייך אין א טיפע טאל

די טייכל אויף איר וועג גייט
קיינער קען איר נישט אפהאלטן
ביז ביים וואסערפאל זי פאלט
און טוט די וואלד שטילקייט שפאלטן,

אלע טיילן פון נאטור שטעלן זיך צוזאם
פארמירן א בילד, די אטעם עס פארנעמט,
איך פרוביר זאגן מיט ווערטער מיט גראם
וואס נאר די גרעסטע מעלער וואלט געקענט,

און צווישן זיי אלע איך זוך מיין מקור
ווער בין איך, וואו איז מיין אפשטאם,
בין איך ווי זיי א פראדוקט פון נאטור
א געוויקס ווי גראז, געוואקסן אין ים,

צי קום איך גאר פון העכערע ספערן
א באשאף פרעמד צו די גאנצע ארום
צו א העכערע כח איך טו געהערן
וואס בעט זיך, צוריק צו מיר קום,
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

א פרייע וואקאציע, א שיעור אין מחשבה, שטורעמישע געפיהלן און הערליכע פאעזיע. וואונדערבאר!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויף מיין וויקעפידיע בלאט גייט שטיין אינספערירד געווארן דורך [tag]רויטע וואנצעס[/tag],
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

wow!
טיפע און דורכגרינליכע געדאנקען איינגעקליידעט אין הערליכע פאעטישע רייד. א גרויסן דאנק. און ביטע נוץ ווייטער דיין פאעטישע פענע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

שרייבט ווי א שרייבער
דיכט ווי א דיכטער
מאלט ווי א מעלער
טראכט ווי א טראכטער

פון וואו קומסטו טאקע?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ג"מ האסט מיר באנומען.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט