בלאט 1 פון 2
ויבשר לנו בשורות טובות!
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:23 pm
דורך שמעקעדיג
אין א ביטערע וועלט וואס מען הערט זיך כסדר אן מיט נישט-גוטע בשורות, ברוחניות ובגשמיות, ואין לך יום שאין קללתה וכו', און דאס ווערט נאר ערגער דורך די קול מבשר טעלעפאן ליניעס, שפיר איך פאר א פליכט – און איף האב אז מיינע חברים ושותפים לדבר מצוה וועלן זיך משתתף זיין אין די אקציע – לקבץ לפונדק אחד פארשידענע בשורות טובות אינערהאלב כלל ישראל, כדי אז ווען איימיצער שפירט אז ער ווערט דעפרעסד ח"ו פון די אלע שלעכטע נייעס, זאל ער געבן א קליק אין דיזען אשכול און זיך מחיה זיין כמים קרים על נפש עייפה.
העלפט ארויס רבותי, ברענגטס נאך און זייט מחי' אידישע נפשות!
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:25 pm
דורך שמעקעדיג
און ווי קען מען פארגעסן פון אזא געוואלדיגע בשורה טובה
viewtopic.php?f=3&t=8864
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 1:31 pm
דורך ציבעלע-קיגל
וואס איז דאס שמירת עינים גלעזער?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 1:49 pm
דורך שמעון וואלף
היינט צופרי האט איינער געמאכט אן אפיל פאר "קוה". אזויווי ס'איז געווען א לאנגע דאווענען צוליב ר"ח האט זיך דער עולם אנגעהויבן ארויסצופעקעלן. רופט זיך אן דער בעל דרשן. "רבותי, בלייבטס דא אפאר מינוט ווייל ווער ס'גייט אויסהערן איז פארזיכערט מיט כל טוב"
נישט מער און נישט ווייניגער
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 3:39 pm
דורך [NAMELESS]
יו האבעך געמיינט כ'על דא פריילעך ווערען...
Re: ויבשר לנו בשורות טובות!
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:08 pm
דורך HotCoffee
שמעון וואלף האט געשריבן:היינט צופרי האט איינער געמאכט אן אפיל פאר "קוה". אזויווי ס'איז געווען א לאנגע דאווענען צוליב ר"ח האט זיך דער עולם אנגעהויבן ארויסצופעקעלן. רופט זיך אן דער בעל דרשן. "רבותי, בלייבטס דא אפאר מינוט ווייל ווער ס'גייט אויסהערן איז פארזיכערט מיט כל טוב"
נישט מער און נישט ווייניגער
אן ארץ ישראלדיגער?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:21 pm
דורך [NAMELESS]
איז רבי משה אריה'ס גבאי שוין ווייטער דאהי ? ער קען אזעלכעס מבטיח זיין און נאוו טיים.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 5:05 pm
דורך שמעון וואלף
HotCoffee האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:היינט צופרי האט איינער געמאכט אן אפיל פאר "קוה". אזויווי ס'איז געווען א לאנגע דאווענען צוליב ר"ח האט זיך דער עולם אנגעהויבן ארויסצופעקעלן. רופט זיך אן דער בעל דרשן. "רבותי, בלייבטס דא אפאר מינוט ווייל ווער ס'גייט אויסהערן איז פארזיכערט מיט כל טוב"
נישט מער און נישט ווייניגער
אן ארץ ישראלדיגער?
ניין, אן אמעריקאנער
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 5:13 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: א גרויסן יישר כח. תזכה למצוות וכל טוב סלה. איך ווארט שוין בכליון עיניים פאר זייער א לאנגע צייט אז עמיצער זאלל אויפמאכן אזא אשכול.
דאס דערמאנט מיך פון די אלטע גוטע צייטן ווען איך פלעג נאך צו ליינען דעם
דער איד מיט גרויס התמדה. איז דארט געשטאנען כמעט א יעדע וואך מיט קידוש לבנה אותיות די (@אבטולמוס) פאלגענדע מודעה: "בשורה טובה"...האביך געמיינט אז משיח איז שוין געקומען. אדער אז ס'איז ארויסגעקומען א ניי ספר אויף סוגיות הש"ס....דערווייל האט זיך אויסגעלאזט אז די בשורה טובה איז געווען אז די פאשקעס טשאקאלאד קאמפעני איז ארויסגעקומען מיט א ניי שטיקל טשאקאלאד. אדער אז מהדרין איז ארויסגעקומען מיט א נייע מין אייזקריעם...

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:55 am
דורך למדן
שמעון וואלף האט געשריבן:היינט צופרי האט איינער געמאכט אן אפיל פאר "קוה". אזויווי ס'איז געווען א לאנגע דאווענען צוליב ר"ח האט זיך דער עולם אנגעהויבן ארויסצופעקעלן. רופט זיך אן דער בעל דרשן. "רבותי, בלייבטס דא אפאר מינוט ווייל ווער ס'גייט אויסהערן איז פארזיכערט מיט כל טוב"
נישט מער און נישט ווייניגער
איז די מעשה פארלעסליך?
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 4:24 pm
דורך שמעקעדיג
ממש תדשן עצמות!
.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:17 am
דורך שמעקעדיג
די לעצטע שטיק צייט טרעף איך מחותנים און חתנים עפעס אויסערגעווענליך פרייליך, עקסייטעד, און ענטוזיאסטיש. שלא כדרכם וואס זיי דרייען זיך מיט זארג.
אויף מיין שאלה צו זיי מה היום מיומים, וואס האט אייך גורם געווען די שמחה? האבן זיי זיך ארויסגעדרייט און געמורמלט אונטער די נאז,
אבער אכן נודע הדבר, דער סוד איז ארויסגערינען, און עס איז מיר געלונגען צו דערווישן די סיבה.
.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:16 am
דורך ambulance
נישט שלעכט
א ריכטיגע בשורה טובה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:54 am
דורך געוואלדיג
שוין א גאנצע וואך וואס קיינער האט נישט געשריבן אין צימעס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:25 am
דורך קאמענטירער
געוואלדיג האט געשריבן:שוין א גאנצע וואך וואס קיינער האט נישט געשריבן אין צימעס.
דאס קומט נישט אזוי ווייט אין שמייכעל דאס איז באמת א פריידיגע בשורה אבער פון די אנדערע זייט אויב דאס איז ווייל סדא ווייניגער וואס שרייבען בכלל אינעם שטיבעל איז עס בכלל נישט אזוי פרייליך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 10:39 am
דורך שמעקעדיג
"בשורה טובה תדשן עצם"! איך בין ממש גראב געווארן פון די געוואלדיגע בשורה טובה!
נישט סתם סיינס, נאר "פראכטפולע"! וואס קען זיין בעסער פון דעם?
.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 12:32 pm
דורך שמעקעדיג
"לשמחת לב תושבי העיר און די גאנצע יהדות החרדית"! נישט ווייניגער.
.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 2:29 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:"בשורה טובה תדשן עצם"! איך בין ממש גראב געווארן פון די געוואלדיגע בשורה טובה!
נישט סתם סיינס, נאר "פראכטפולע"! וואס קען זיין בעסער פון דעם?
.
שמעקעדיג: ייש"כ. נאר אלס א שטיקל פסיכאלאג (חוץ זייענדיג א בעל עגלה און נאך עטליכע פאכן שאי אפשר לפורטם כי רבים הם.) וויל איך עס צונעמען א ביסל פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט. והנה: אונז וויל מיר זיין הייליגע אידן, בבחינת קדושים תהיו מיט אלע פירושים. אבער פון די צווייטע זייט זענען רוב פון אונז אונגארישע אפשטאמיגע (די סאקמאר'ע קהילות קדושות, שטייצעך.) וועלכע האבן ליעב צו עסן געשמאקע פיינע מאכלים, ווי רינענדיגע קאקא-אש קעיק און האבן שיינע שענדעליערס/טשיללארס, בלע"ז אין אונזערע ליווינג רומס. און קויפן קליידער לויט די לעצטע סטיילס און מאדעס אין די גרויסע גוי'אישע? דעפארטמענט סטארס אין מאנהעטן און וואודבאורי קאממאן. זעמיר דאך א ביסל קאנפליקטעד. איז די נייע שומרים ווילן דאך מארקעטן זייער סחורה, אפעלירן זיי צו אונזערע ביידע יצרים. דער יצר טוב פון זיין הייליג און פרום. אויך צו דעם יצר הרע פון האבן אלע תאוות העולם הזה. ווי שיינע בילדער וכדומה...!
די שאלה איז נאר וועלכער יצר ס'איז זיך גובר...

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:"לשמחת לב תושבי העיר און די גאנצע יהדות החרדית"! נישט ווייניגער.
.
כ׳האב מיר געווינדערט פארוואס ס׳האט מיר פלוצים אנגעכאפט אזא שמחה אזש אז איך בין ארויס אין א רקידה, יעצט פארשטיי איך שוין, פשוט ביז גאר.
Re: ויבשר לנו בשורות טובות!
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 11:41 pm
דורך פליקער
שמעקעדיג האט געשריבן:"לשמחת לב תושבי העיר און די גאנצע יהדות החרדית"! נישט ווייניגער.
.
איך האב מיך געווינדערט ווי אזוי עס קען דען זיין אז כולל חצות האט עס געמאכט קיין בארא פארק, איצט כאפ איך שוין, ווייל זיי האבן פליגלען, און זיי האבן עס אויסגעשפרייט אזוי קען מען דאך פשוט אנקומען קיין בארא פארק.
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 12:00 am
דורך שבת אחים
ווען ״כולל חצות״ מיט ״תהילים כולל״ וועלן זיך משדך זיין וועט משיח קומען נאר בתנאי איז איר שיקט שוין אריין ח״י פעמים בגמטריא ׳משיח׳ צו 199 ליע עוועניא.
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:08 pm
דורך וואלווי
שפאצירינדיג אזוי היינט כחצות היום מיט'ן טלית אויפ'ן פלייצע באגעגען איך היינט א באקאנטער וואס כ'האב שוין לאנג נישט געזען ווי ער דרייעט זיך ארום די בית מדרש מיט א תהלים'ל אין איין האנט און א ר' מאיר בעה"נ זעקל אינ'ם צווייטען. פרעג איך עם, נא, וואס טוסטו היינטיגע צייטען? זאגט ער אז ער איז אנגעשטעלט ביי כולל חצות, כולל תהלים, און כולל שומרי החומות...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 10:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט באמערקט א געוואלדיגע בשורה. מיין פיס פאסען שוין נישט אריין אין די שטיוועל.