דאס משיח'ישע געבורט
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 5:46 pm
ס'האט א גוטער איד אמאל געזאגט, אז ווען א בר דעת מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק האט זיך אויסגעמאלן זיין גן עדן, האט ער זיך פארגעשטעלט א וועלט ווי די אין וועלכער מיר לעבן היינט. מיר קענען היינט אנקומען סיי וואו איבער דער וועלט, און דער ווייטסטער פונקט איז נישט מער ווי א טאג. מיר האבן צוטריט צו אלע געברויכן וואס די פאנטאזיע קען זיך נאר אויסמאלן, און רוב נויטווענדיגקייטן געפינען זיך נישט ווייטער ווי די שפיץ פינגער. יעדער קען קאמוניקירן מיט יעדן; נישט איז געאגראפיע נישט קיין מניעה נאר אפילו שפראך איז מער נישט קיין מחיצה. פאראן פראגראמען וואס זעצן תוך כדי דיבור איבער פון איין שפראך צו דער אנדערער, און "סי אי אוס" פון ריזיגע פירמעס פירן די ווירטשאפט אין געשעפט זיצנדיג אין סאלאן מיט די פיס ארויף און א לעפטאפ אין שויס.
דער גן עדן איז דא; מיר זענען אבער נאכנישט געקומען צו דער השגה וואס פעלט זיך אויס דאס צו באנעמען ווי עס דארף צו זיין. אנשטאט זיך באקוועם מאכן אין דער באקוועמער וועלט, זענען מיר געבליבן מיט יענער מיסטעריעזער אומצופרידענער קראפט, וואס טרייבט און יאגט נאך יענעם אומדערגרייכבארן פונקט.
די וועלט ווערט אלץ באקוועמער, צוטריטליכער, קלענער, און דורכזיכטיגער. מענטשן וואס וואלטן אמאל געדארפט מגלגול ווערן צענדליגער מאל צו האבן א שאנס פון זיך טרעפן רעדן באקוועם און טוישן זיך אויס געדאנקען און אידאלאגיעס. אדאנק דעם אפענעם און פרייען צוטריט צו מענטשן און אינפארמאציע, האט יעדער די מעגליכקייט זיך צו באקענען מיט סיי וועמען און סיי וואספארא מיינונגען, שיטות, געשמאקן, טיפן, און שטרעמונגען. יעדער קען לייענען וועגן אלעם און זיך אויסלערנען וואס דאס הארץ גליסט זיך נאר. ווער עס וויל דוקא, קען בלייבן אין בעט און פון דארט טאן און דערגרייכן אומפארגלייכליך מער ווי דעם קעניג מיט צוויי הונדערט יאר צוריק.
"טרי די" פרינטערס שטייען נאך אין די פריע שטאפלען פון זייער אנטוויקלונג. לויט אלע סימנים וועט אבער נישט נעמען לאנג ביז די מאשינען – וואס וועלן נאכפאלגן דעם גאנג פון קאמפיוטערס און ווערן אלץ קלענער – וועלן ארויסגעבן כמעט יעדן מין זאך וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן. יודעי דבר רעדן וועגן גאנצע מענטשליכע אברים, וואס וועלן אין מינוטן פראדוצירט ווערן דורך די פרינטערס.
די ברייטע קאמוניקאציע מעגליכקייטן און א פלאטפארמע פאר יעדן יחיד צו רעדן צו יעדן וואס וויל נאר הערן האט אויך מינימיניזירט דעם כח פון יעדן סארט עסטאבלישמענט צו קאנטראלירן די קעפ און מיינונגען פון די מאסן. מענטשן ווייסן היינט שוין אלעס, אויך דאס וואס די אין די הויכע פענסטער וואלטן זייער געוואלט באהאלטן. דער קוימען קערער קען פונקט אזוי רעדן ווי דעם פרעזידענט, און אלעס איז תלוי אין דעם פארשטאנד פון די צוהערער, וואס האבן די ברירה צו באשליסן וואס און וויאזוי זיי ווילן.
סקאנדאלן קומען אויף ווי שוואמען נאך א רעגן. יעדער בא'עוולה'טער קען מיטטיילן זיין איבערלעבעניש מיט כל הקהל הקודש, און קיינער קען אים נישט פארשטומען. מענטשן רעדן און דערציילן און עולם וועלט באפעלקערונג לייענט און הערט. דער פרעזידענט רעדט דורכ'ן זעלבן מיקראפאן ווי דעם ארעמען היימלאזן וואס קען קוים די גראמאטיק פון דער שפראך.
סקאנדאלן פארמערן זיך, אבער פארלירן גלייכצייטיג דאס משמעות. די חכמה פון "כאפן יענעם ביי די מעשה" צעגייט זיך אונטער דער היץ פון א ריזיגן פראזשעקטאר וואס באשיינט און באלייכט יעדן שריט פון יעדן מענטש יעדע מינוט פון טאג און אויף יעדן פלאץ וואו ער גייט. מיר זענען אלע די זעלבע מענטשן מיט די זעלבע שוואכקייטן און אימפולסן. כל זמן במושכל ראשון קען איך זיך באהאלטן און פארשטעלן, דעמאלט אויב כאפט מען דיך ווערסטו אויסגעשטעלט ללעג ולקלס אין פראנט פון דעם רעשט באפעלקערונג. איינמאל יעדער איז אויסגעשטאט מיט די נויטיגע מכשירים צו כאפן יעדן, ווערט דער שטריך פון כאפערס און געכאפטע אינגאנצן צעווישט. די בושה פארלירט איר אפעקט און די צאל פארשעמטע שטייגט איבער די פארשעמערס – וואס זענען שוין פריער אדער וועלן גאר אין קורצן אויך פארשעמט ווערן דורך די וועמען זיי פארשעמען יעצט.
א וואונדערליכע וועלט פון ווירטואלע מציאות שטייט שוין ביים שוועל. א פאר ברילן וועלן ערמעגליכן יעדן מענטש צו פילן און איבערלעבן סיי וואס די פאנטאזיע קען זיך נאר אויסמאלן. פאר אן איינמאליגן אפצאל פון עטליכע הונדערט דאלאר (צי וויפיל דאס געצייג וועט קאסטן) וועלן מיר קענען גיין וואוהין מיר ווילן, טאן וואס אונז שמעקט, סטימולירט ווערן צו יעדן מעגליכן רגש. און אלעס, אן זיך רירן פון פלאץ און אן דארפן אריינמישן א צווייטן בשר ודם.
די וועלט פון מעדיצין בלייבט אויך נישט הינטערשטעליג און זי האט זיך אנגעמאסטן גרויסע אונטערנעמונגען אויף די קומענדיגע יארן – פון א פילעכל וואס וועט ערזעצן מזון שלוש סעודות, ביז א פראצעדור וואס וועט גוזמא'דיג פארלענגערן דאס לעבן.
*
די וועלט און תקופה אין וועלכער די השגחה האט אונז אריינגעווארפן איז זייער אן אינטערעסאנטע און גורל'דיגע. מענטשן וועלן, מעגליך נאך אין אונזער צייט, דערלעבן צו לעבן עטליכע הונדערט יאר, אן דארפן עסן, מיט יעדן סארט געברויך און לוקסוס ממש ביי די שפיץ פינגערס.
בושה וועט פארשווינדן און מענטשן וועלן באקומען די ענדגילטיגע געלעגנהייט זיך צו פירן און האנדלען בלויז לויט'ן אייגענעם אמת, לויט'ן אייגענעם שכל און געפיל.
אין אזא וועלט פון גלייכהייט און איינהייטליכקייט וועט נישט בלייבן קיין פלאץ פאר מחלוקת און קנאה-שנאה. אין א צייט און וועלט ווען אלעס "וואקסט אויפ'ן בוים" און "איש משענתו בידו מרוב ימים" וועט "וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ ועגל וכפיר ומריא יחדו" זיין א דבר פשוט.
עס וועט נאך זיין א צייט-אפשניט פון קאלעקטיוון התבוננות, ווען די מענטשהייט וועט זיך אומקוקן און פארטראכטן איבער די אייביגע פראגעס פון מענטש און וועלט. אבער דאן וועט די השראה אראפקומען און מיר וועלן אלעס פארשטיין. מיר וועלן זיך כאפן אז דער אזוי געזוכטער סיפוק און הבהרה ליגט נישט ערגעץ וואו דארט אינדרויסן, נאר אינעווייניג אינעם קאפ. סדר אין מוח איז די טיר צום גן עדן.
די מענטשהייט וועט ארייננעמען א טיפן אטעם, אויסברעכן אין יענעם היסטערישן וואלדישן געלעכטער פון וועלכן רבי נחמן האט גערעדט, און זיך אוועקזעצן און הנאה האבן פון פשוט זיין, פון פראסט עקזיסטירן.