בלאט 1 פון 2
"מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:22 pm
דורך עדיאל
CAM00013.jpg
CAM00014.jpg
CAM00015.jpg
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:23 pm
דורך עדיאל
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:49 pm
דורך חקרן
לייג ביטע איבער דעם לעצטן בלאט קלארער, מען קען איר נישט ליינען.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 12:05 am
דורך שטילע אינגערמאן
ווי איז דאס געשריבען געווארן? וועלעכע צייטונג?
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 12:08 am
דורך [NAMELESS]
מעלות
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 12:19 am
דורך ישמעאל הכהן
קוקט אויס ווי שיינע דעמאגאגערי
Re: "מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 12:20 am
דורך [NAMELESS]
"מסתמא דורך טעקסט אדער אינטערנעט"
[emoji14]
זי איז נישט זיכער.....
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 12:26 am
דורך מנחם
שטותים, איך האב עס באקומען אויף פעקס.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 12:30 am
דורך חקרן
וואו האב איך געזען דעם שטיקל?
כוכב האט געשריבן:מעשה, ס'איז געווען אמאל א מעשה, בר' ראובן, מיט א איד וואס האט געהייסן ראובן, מעיר כעלעם. ויהי היום, אין איין שיינעם טאג, נסע לעיר לעמבערג, איז ער געפארן קיין לעמבערג וואו ער האט פארציילט פאר דער גאנצער שטאט אז ער הייסט שמעון. כששב הביתה, ווען ער איז צוריקגעקומען צו זיין שטוב אין כעלעם, ראו אנשי עירו כי גאה גאה, ביז ער האט פארציילט דעם גרויסן סוד, אז ער האט באוויזן אויסצו'נער'ן גאנץ לעמבערג ווייל לעמבערג מיינט ער הייסט שמעון ווען אין פאקט הייסט ער ראובן. והנמשל מובן.
גייט א איד און שרייבט אפ א שיינע מעשה, העכסט פראפעסיאנאל געשריבן, א ריינער גראמאטיק, זעט אויס איינשטענדיג, און שיקט עס צו א רעדאקציע פון א צייטונג, די מעשה דארף צו זיין א ווירקליכע געשיכטע, ס'דארף צו האבן א מוסר השכל, זיי האבן געטראסט דעם שרייבער און דאס געדרוקט.
וואויל איז דיין חלק עקפערימענט, ס'איז דיר געלונגען אויסצו'נער'ן גאנץ לעמבערג.
Re: "מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 12:32 am
דורך [NAMELESS]
אויפדעקונג!!!
כוכב איז א פרוי, און זי הייסט א. כ"ץ!!
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:06 am
דורך וכדומה..
די מעשה געדענקט זי נישט פונקטליך וויל איינער אדער צוויי האבן איר עס פארציילט... די ראשי תיבות, אה דאס האט זי אויפן האר, יעדע אות, פון וואו....
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:26 am
דורך כפתור
מעלות קען יעצט זאגן פאר די איד און בלאט "You owe me one"
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:05 am
דורך [NAMELESS]
מעלות האט צו פארדאנקען אונזער ר' כוכב.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:22 am
דורך כוכב
די מעלות האט פארדינט א קאסטומער דעם חודש. איך לויף עס קויפן.
אלנפאלס, ווי חקרן האט שוין צוגעצייכנט, איז מיר מורא'דיג אינטערסאנט ווי מאדאם כ"ץ האט צוגעטראפן פונקט צו מיין געדאנק על אף איך גלויב נישט אז זי האט גלאט אזוי פלאגיארט.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 9:48 am
דורך ברסלבער
נישטא וואס צו זאגן, זי רעדט דברים של טעם.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 9:52 am
דורך הקטן
דו מאכסט מיך לאכן
"אויסגענארט גאנץ בראד" איז נישט דיין איינפאל ס'איז א גאר אלטע שפרעך ווארט באגלייט מיט די מעשה.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:00 am
דורך כוכב
מיין איינפאל דאס צוצושטעלן אהער.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:08 am
דורך פרייוויליג
מעשה עס איז געווען א מעשה, במעלות מיט די אויסגאבע וואס הייסט מעלות, זי האט איינערעדט אז זי שרייבט אלעס פון זיך אליינס, און נאשט גארנישט פון דער אינטערנעט, ביזדערווייל האט זי געליינט די "אפגענארטע בריוועל אויף קאווע שטיבל" און זי האט געפילט אז אירע באדן פאלן און טרייסלן אוועק פון אינטער איר פיס. האט זי באשלאסן צו מאכן מטעמים דערפון, פארשטייט זיך זאגענדיג אז זי האט דאס געהערט פון א חבר, און ח"ו נישט פון דער אינטערנעט..
די פראבלעם איז אז זי האט נישט געכאפט די מעסעדזש.
דער שרייבער האט נישט געוואלט איבערווייזן אז אינטערנעט איז כשר, און אויך נישט אז עס איז נישטא קיין "אמת'ע געשיכטעס". אויב איז דער שרייבער א לץ - לויט ווי זי שרייבט - איז זי די זעלבע לץ מיטן אפשרייבען א קראקעדייל ארטיקעל און מאכן ליצנות פון איינעם'ס ווערטער וואס בכלל נישט דאס איז געווען זיין כוונה.
זיין כוונה איז געווען אז "מען טאר נישט טראסטן קיין פון "פענע צום בלאט" א.א.וו. און טראכטן אז זיי זענען אמת ויציב. דער שרייבער האט דיר געוואלט מודיע זיין: נישט אלעס וואס דו ליינסט איז אמת. נישט אלעס וואס מענטשן שרייבן איז אמת. נישט אלעס וואס מען זעט געדריקט איז אמת. נאר מען קען אונז פארקויפן די ווארשע בריק צוזאמען מיט אלע חעלעמע מעשות.
איך פארשטיי אז די מעלות האט דאס געטון אלס א שריט פון אנהאלטן איר פרנסה. ווייל מענטשן וועלן ווערן סקעפטיש צו: 'וואס דריקט דיך' אדער אלע 'היימיש געמאכטע בריווען'. האט זי געפילט פאר וויכטיג צוריק צו שמייסן מנה אחת אפיים.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:14 am
דורך מאטי
גראדע שרייבט די מעלות אז אויב וואלט אנגעקומען צו זיי אזא מעשה וואלטן זיי דאס אויך נישט בודק געווען. זייער פוינט איז אז ס'פעלט נישט אויס צו זיין אמת. (ס'איז דאך בלויז א מדבר שקר תרחק פראבלעם, ביג דיעל!) די עיקר איז אז ס'קען זיין אמת און אפילו קיין איין מעשה איז נישט אמת, איז יעדער וואס האט קרובים ווייסט דאך פאר זיכער מינימום איין מעשה וואס האט אראפגעפירט א משפחה מיטגליד פון וועג. הא??
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:20 am
דורך יואב
וכדומה.. האט געשריבן:די מעשה געדענקט זי נישט פונקטליך וויל איינער אדער צוויי האבן איר עס פארציילט... די ראשי תיבות, אה דאס האט זי אויפן האר, יעדע אות, פון וואו....
און דעם באהאלטענעם מסג ווייסט זי אויך נאר "בערך".
עמעץ האט דאס לכאורה איר איבערגעזאגט, און זי האפט נאר אז זי שרייבט דאס גוט נאך.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:21 am
דורך פרייוויליג
מאטי האט געשריבן:גראדע שרייבט די מעלות אז אויב וואלט אנגעקומען צו זיי אזא מעשה וואלטן זיי דאס אויך נישט בודק געווען. זייער פוינט איז אז ס'פעלט נישט אויס צו זיין אמת. (ס'איז דאך בלויז א מדבר שקר תרחק פראבלעם, ביג דיעל!) די עיקר איז אז ס'קען זיין אמת און יעדער וואס האט קרובים ווייסט דאך פאר זיכער מינימום איין מעשה וואס האט אראפגעפירט א משפחה מיטגליד פון וועג.
טאקע דאס איז די פראבלעם: "מעשות וואס קענען זיין אמת". דו קענסט פאר די זעלבע צייט וואטשען סייענס פיקשענס. מיר זענען עוסק אין א ערנסטע פראבלעם מיט אינטערנעט, אבער דו טארסט נישט נעמען Advantage אויף דעם פיעלד און אריינפלעכטען אלע דיינע מיסיאנערישע גלויבינגען און געשיכטעס וואס קענען זיין אמת. א מעשה איז אדער געווען אדער קיינמאל נישט געווען. נישטא קיין צווישן פונקט. אויב איז דאס קיינמאל נישט געווען, איז נישט קיין חילוק ווי שטארק דו וואלסט געוואלט עס זאל זיין אמת, איז עס לא היו הדברים מעולם. עס איז פיקשענס.
מיר אידן זענען באזירט אויף אמת'ע געשיכטעס, אמת'ע הלכות, און ריינע השקפות. נישט אויף אילוזיעס און פאנטאזיעס.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:27 am
דורך בן תמליון
ווי פרייוויליג, מרת כ"ץ קומט אהער זייער נישט אויפריכטיג. זי שרייבט איבער א מעשה'לע געשריבן אין "גליונות און צייטשריפטן". שרייבט זי ווען דעם אמת געשריבן אין "דער איד און דער בלאט" פארשטייט זיך האט זי א פראבלעם צו ווארפן די זאמד אין די אויגן. וואו איז מרת כ"ץ'נס ארטיקל איבער די א"ד צייטונגען? זיי זענען א מקור מושחת פארן היימישן ציבור נישט פון היינט, קארמענדיג דעם עולם מיט פארטייאישע פראפאגאנדעס, ליצנות פון ערליכע אידן ווען די אינטרעסן שפילן, און סתם פירט דעם ציבור אויף א נסיעה וואו זיי ווילן. סך הכל האט אונזער עקספערימענטאר אויפגעוויזן וויאזוי געשיכטעס ווערן געבוירן אין דער איד אפיס, מיט ווי ווייניג רעספעקט פאר זייערע ליינער זיי באגייען זיך ניטאמאל טוהן דאס מינדעסטע צו נאכגיין א מעשה זיי דרוקן מיט קידוש לבנה. זיין ציהל איז נישט צו אויפווייזן אז אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה בכלל ווי מרת כ"ץ שטעלט אהער. זי בסך הכל פרובירט פירן אירע ליינער אויף א נסיעה פונקט ווי שמואל ווידער נאר אינטער א הייליגן מעלות מלבוש. וע"ז נאמר קאט די קרעפ.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:30 am
דורך ברסלבער
דאס איז אפשר 'אויך' געווען דער כוונה פון @עקספירימענטער. אבער למעשה אינעם באהאלטענעם מעסידזש האט ער געלאזט הערן אז אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה, און אויף דעם באציט זיך די מעלות.