בלאט 1 פון 1
סקומט שוין נאכאמאל יו"ט
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 11:26 am
דורך גרויסע מענטשעלע
א גוט יאר.
מיין קעפיל זעהט אויס ווי כהאב נישט ליב יו"ט כהאב זייער ליב איי לאוו איט .
מיין פראגע שטעליך וואס קויפט מען פארן אשת חיל.
לאמיר נישט דא פארפירן א שמועס צו מדארף בכלל קויפן אדער נישט כרעד פאר די עולם וואס האלט אז מדארף קויפן איז וואס קויפט מען ??
יעדער יו"ט ברעך איך מיך קאפ כקיק אלע מיני עדווערטייזמנטס. פארשטייט זיך כהאב ליב ווען סאיז א סורפרייז דארף נישט זיין טייער.
איז נאכן פרעגן מאמע, שוויגער, שוועסטער. ווענד איך מיך צו אייך מיינע חבירים.
איז איצטער אזוי וויבאלד כוויל קויפן יעדער יו"ט קוק איך אויף נישט אזא טייערע זאך סקען זיין גאר פערסענאל.
אין איינמאל א יאר סאמטינג מעדזיר אין ענקספענסיוו.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 11:33 am
דורך לית דין בר נש
א וואכענדיגע זייגער, א וואכענדיגע ברעיסליט, א שיינע פאר וואכענדיגע אויעררינגלך, א נייע פאקעטבו"ק, א קעמרע, א ריקליינער/גליידער אויב די האסט נאך נישט איינס אין בעדרום, א שיינע טישטוך וואכן/שבת קאך/דיינינגרו"ם, א סענטע"ר פי"ס פאר די טיש, א שיינע סעט גלעזער, א גיפ"ט קאר"ד צו צענדליגע גישעפטן וואס פרויען אינדזשויען צו שאפן.
אויב די דארפסט נאך לאז מיר וויסן איך וועל שרייבן נאך
Re: סקומט שוין נאכאמאל יו"ט
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 11:37 am
דורך גרויסע מענטשעלע
לית דין בר נש האט געשריבן:א וואכענדיגע זייגער, א וואכענדיגע ברעיסליט, א שיינע פאר וואכענדיגע אויעררינגלך, א נייע פאקעטבו"ק, א קעמרע, א ריקליינער/גליידער אויב די האסט נאך נישט איינס אין בעדרום, א שיינע טישטוך וואכן/שבת קאך/דיינינגרו"ם, א סענטע"ר פי"ס פאר די טיש, א שיינע סעט גלעזער, א גיפ"ט קאר"ד צו צענדליגע גישעפטן וואס פרויען אינדזשויען צו שאפן.
אויב די דארפסט נאך לאז מיר וויסן איך וועל שרייבן נאך
קודם א לייק אלץ שכח.
כהאף פארשטייסט סאיז דא שלש רגלים א יאר פלאס א בעבי גיפט אין חתונה געהאט בינאיך שוין היפש אפאר יאר.
האלב זאכן האט זי שוין געהאט ווען זי האט חתונה געהאט דער אנדערע האלב האביך שוין געקויפט
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 11:41 am
דורך שמעקעדיג
כמעט יעדער שטויסט זיך אן מיט דעם פראבלעם. עס איז דא מער צייטן צו קויפן ווי וואס צו קויפן. ב"ה אונזערע ווייבלעך זענען אויסשטאפירט מכל טוב וטוב. אז דו רעדסט וועגן דזשולערי, דאס דארף מען פון צייט צו צייט אפדעיטן.
די בעסטע עצה איז, בעטן פון דיין ווייב א ליסטע פון זאכן וואס זי וואלט אפרישיעטעד. א גיפט קארד איז אויך א גוטע איידיע אבער נישט אייביג.
(נאך איידיעס אין מאחורי).
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 11:42 am
דורך לית דין בר נש
רוב זאכן וואס איך האב געשריבן זענען זאכן וואס מען טוישט כאטש איינמאל אין פינף יאר
איך האב טאקע נישט געשריבן קיין שום שבת/דיימאנד דזשולירי ווייל דאס טוישט מען נישט אבער וואכן דזשולירי איז יעדע צוויי יאר דא אנדערע סטיילס וועלכע קאלירן שעיפ"ס וכו' און וואכן זייגערס האלטן זיך אויך אין איין טוישן און אודאי פאקעטבוקס טישטוכער טוישט זיך יעדע תקופה
איז עס איז נישט קיין שום סתירה האסט געקויפט אכט יאר צריק וואכן אויעררינגליך זי קען שוין ניצן נייע און עס איז נישט צו טייער
Re: סקומט שוין נאכאמאל יו"ט
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 11:49 am
דורך גרויסע מענטשעלע
שמעקעדיג האט געשריבן:כמעט יעדער שטויסט זיך אן מיט דעם פראבלעם. עס איז דא מער צייטן צו קויפן ווי וואס צו קויפן. ב"ה אונזערע ווייבלעך זענען אויסשטאפירט מכל טוב וטוב. אז דו רעדסט וועגן דזשולערי, דאס דארף מען פון צייט צו צייט אפדעיטן.
די בעסטע עצה איז, בעטן פון דיין ווייב א ליסטע פון זאכן וואס זי וואלט אפרישיעטעד. א גיפט קארד איז אויך א גוטע איידיע אבער נישט אייביג.
(נאך איידיעס אין מאחורי).
כהאלט מיך אין איין אנשטויסען מיט די מאחורי פראבלעם @ גבאים ווי קען מען ענק געבן א קיצעל.
צוריק צו פוינט:
פערפיאם איז אייביג א גוטער איידיע אין א גוטער פוינט וואס מיין אשת חיל האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אייביג קויפן נאר קליינע באטעלעך אזוי קען מען האבן טשעינדזס אין סבלייבט נישט איבער פילע פלעשער
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 2:23 pm
דורך הבא ללמד
היינט ציטאג קויף איך נישט קיין גרויסע זאכען פשוט וויל איך קען מיר עס נישט ערלויבען (פארשטייט זיך זי איז שילדיג...) וואס איך טי יא איך קויף איר א קלייניקייט ווי קליין א ביכעל איך שרייב א גאנצע מגילה ווי שטארק מיין ליבשאפט איז צי איר, איך ברענג ארויס דע גיטע נקידות פין איר, און ווי שטארק איך וואלט איר געוואלט קויפען א גרויסע מתנה, אבער זי דארף פארשטיין איך האב פשוט נישט דע געלט וואס איך וואלט געדארפט קויפען לויט איר ווערד
למעשה זאגט זי מיר אז זי האט מער הנאה פין דיעם ווי פין דע גרויסע מתנות וואס איך פליעג איר קויפן אמאל
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 2:33 pm
דורך [NAMELESS]
אויף שבועות האב איך אלץ אן איזי וועי אאוט, איך קויף צו אפאר שיינע בלומען. און געס וואט! ס'קען ממש נישט זיין בעסערס. אבער איך מיין אז הלכה'דיג איז דאס נישט לכתחילה, נאר אנדערש די זאכען ערווענט ביז אהער, ווייסט איינער ?