בלאט 1 פון 1

פיאט (FIAT) ווערסעס פארד טרעקטאר

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 4:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
כ'ווייס נישט פארוואס ס'נאך נישטא אזא אשכול (אויב יא, ביטע צוזאמשטעלן).

איבער איין קאר ווערסעס א צווייטע קאר איז דא גענוג ארטיקלן דא, אבער גארנישט וועגן טרעקטארס. איז אזוי איך ווייס נישט וועלכע פון די צוויי איך זאל גיין מיט, דער פיאט גראבער אדער דער טראקטאר פון פארד.

דער פיאט האט א שענערע קאליר מיט א שייניער פיניש אויף די רעדער. דער פארד קוקט אבער אויס מער היימיש פון אלע יארן וואס מ'געדענקט זען טרעקטארס. ביידע פון זיי האבן איין מעידזשער חסרון, און דאס מאכט מיר טאקע טראכטן צו איך זאל בכלל קויפן איינס, נעמליך, עס האט נישט פלאץ פאר א קאר סיעט. אויך נעמט עס נישט MP3 מוזיק, אבער אויף דאס לעצטע וואלט איך פארקוקט. דער פיאט סאונד מער פיטטינג אין א דרייוועי, אבער דער פארד קוקט אויס מער העכער וואס וועט מאכן דעם טרעפיק אפיציר טראכטן צוויי מאל פון זיך הייבן ארויפצולייגן א טיקעט.

ביידע האבן נישט קיין צווייטע און דריטע רייע זיצן (פיאט זאגט אז זי וועט דאס קיינמאל נישט מאכן). און מיט די פאר דיעלערס וואס כאב גערעדט זאגן זיי אז ביידע טראקטארן האבן א ראףף דרייוו, איך פארשטיי נישט פארוואס זיי מאכן מיר שוין פארגיין דעם גאנצן אפעטיט. ווער מיט עקספיריענס קען אריינרעדן? אפשר איז דא אנדערע ברענדס וואס לוינט זיך א קוק צו טון?

דער פיאט
tg.jpg
tg.jpg (54.86 KiB) געזען געווארן 1026 מאל


פארד
tg55.jpg
tg55.jpg (85.56 KiB) געזען געווארן 1026 מאל

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 4:33 pm
דורך אפטעמיסט
פארוואס אין שמייכל? :o

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 4:37 pm
דורך ישמעאל הכהן
ווייל אין אמת'ן פיט קיין איינע נישט אריין אין א דרייוועי.....!!!!!!!!!

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 4:38 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב אלץ אינגל געהאט א Caterpillar און א Kubota און איך בין גיוועהן זייער צופרידן מיט זיי.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 4:43 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז דו זאלסט ענדערש גיין מיט יעקב הערש'ס גארביטש טראק, ס'גאנץ היימיש, און בנוגע פארקינג קענסטיך איינטיילען מיט עם אין זיין גאראטש...

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:07 pm
דורך קאווע טרינקער
אויך די שאלה איז תלוי אינעם רצון פון בעל ברך משה, איך בין כמעט זיכער אז אין בית החיים הישן דקרית יואל נוצט מען שוין יארן דעם פארט, און אזוי אויך אין פאפא שטעיטעל בית החיים. אבער אין די נייע בליעדיגע בית החיים (פ. ל.) נוצט מען דעם פיאט.
קיין מוזיק הערט מען סייוויי נישט אין בית החיים לכבוד די אבלים.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:50 pm
דורך שמעון וואלף
אפטעמיסט האט געשריבן:פארוואס אין שמייכל? :o


און איך פרעג, פארוואס נישט אין צימעס?

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 7:24 pm
דורך איך אויך
דו לץ איינער.