בלאט 1 פון 2

טעגליכע חיזוק - הר"ר יואל ראטה שליט"א

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 4:43 pm
דורך ברסלבער
פון צייט צו צייט לייג איך ארויף דא אין שטיבל ווידיאס פון דרשות פון הר"ר יואל ראטה שליט"א. די רעאקציעס וואס איך באקום אויף דעם זענען פארשידנארטיג, טייל זענען ברוגז צוליב פארשידארטיגע סיבות, אבער דאס רוב זענען זייער צופרידן דערפון, זיי זאגן אז די ווארימע און אמת'ע ווערטער רעדט צו זייער הארץ און געבט זיי אסאך חיזוק אנצוגיין, אנדערע האבן בעיקר הנאה פון די ווארימע ניגונים, און אזוי ווייטער. איין פראבלעם איז נאר דא אז מענטשן האבן היינט נישט קיין געדולד צו הערן לאנגע דרשות, ווי נאר מען זעט אז די דרשה איז לענגער פון צען מינוט, הויבט מען עס אפילו נישט אן צו קוקן.
שוין א לענגערע צייט וואס עס ווערט ארויסגעשיקט אויף וואטסעפפ יעדן טאג א קורצע קליפ פון ר' יואל, אמאל אן אויסצוג פון א דרשה, אמאל א ווארימע ניגון וכדו'. די קליפס זענען געווענליך אומגעפער פינף מינוט לאנג, דאס איז א צייט אפשניט וואס מענטשן האבן נאך געדולד צו קוקן.
האב איך געקלערט אז דער עולם דא וועט הנאה פון די קליפס. איך וועל פרובירן ארויפצולייגן די קורצע קליפס פון צייט צו צייט.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:03 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]ברסלבער[/tag] טייערע איך האב אנגעהויבן ליינען דיינע שורות איז מיר געווארן ווארעם אין הארץ די פלעגסט דא אריינקומען יעדע שטיק צייט אונז איבערלאזן א הערליכע ווארימע ארטיקל אז מען האט גיקענט לעקן די פינגערס פאר צוויי וואכן. אבער אונז האבן שוין לאנג נישט זוכה גיוועהן דערצו, יעצט האב איך מיר איינגירעדט אז די גייסט יעדן טאג ארויפלייגן א חיזוק ווארט און די וועסט נאך צולייגן א נופח משלך.
ליין איך אביסל ווייטער זעה איך אז סך הכל גייסטו ארויפלייגן קליפס איך האב גארנישט דערגעגן אבער ליידער בעוונתינו הרבים לאזט מיין פילטער מיר נישט זעהן קיין קליפס.
איז אולי וואלט כדאי גיוועהן אז די רבי אליין זאל שרייבן אפאר חיזוק ווערטער יעדע טאג?

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:10 pm
דורך קאווע טרינקער
כה לחי.
(פארוואס דארפן ברסלב'ע אזויפיל חיזוק?)
Just kidding

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:19 pm
דורך ברסלבער
https://vimeo.com/128412240

איינמאל שבועות אינדערפרי ביי ר' נתן מברסלב אין ביהמ"ד, ווען מען האט ארויסגענומען די ספר תורה צו ליינען איז ר' נתן געווארן אזוי צופייערט און ער האט געשריגן "א נייע תורה! א נייע תורה! מיר גייען מקבל זיין א נייע תורה!"
אויפ'ן וועג צו די בימה איז ער געווארן אזוי פרייליך און אנגעהויבן טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה, דער גאנצער עולם האט מיטגעטאנצן, עס האט זיך געקענט דאכטן אז עס איז שמחת תורה און נישט שבועות.

רבי נחמן האט געזאגט אז ביי די וועלט איז שכחה א חסרון אבער ביי מיר איז עס א גרויסע מעלה, ווייל ווען א מענטש פארגעסט אלע פראבלעמען און דורכפעלער פון ביז יעצט, דאן איז אים גרינגער אנצוגיין און מצליח זיין אין לעבן. ווען מיר זעען א מענטש וואס האט מצליח געווען אין לעבן, זאל עס זיין ברוחניות צי בגשמיות, קען זיך אריינכאפן אזא קנאה געפיל "קוק ווי יענער איז אזוי שיין מצליח, איך וויל אויך", דער אמת איז אבער אז יענער האט זיך אסאך געמוטשעט ביז ער האט מצליח געווען, ער האט אויך געהאט אסאך דורכפעלער, נאר ער האט זיך נישט געלאזט צוקלאפן, ער האט פרובירט נאכאמאל און נאכאמאל ביז עס איז אים געלונגען, און אויב וועסטו אויך טון די זעלבע און נישט קוקן אויף די דורכפעלער, נאר פארגעסן אלע פראבלעמען פון ביז יעצט און שטענדיג פרובירן אנצוהויבן נאכמאל פון ניי, דאן וועסטו אויך מצליח זיין פונקט ווי יענער.

שבועות עסט מען מילכיגס, ווייל פאר א קליין קינד געבט מען נאר מילך צו טרינקען. שבועות זענען מיר מקבל א נייע תורה, מיר פארגעסן אלעס וואס איז געווען ביז יעצט, און מיר הויבן נאכאמאל אן מיט א פרישקייט ווי קליין קינד וואס טרינקט נאך מילך.

אויב מיר וועלן מקבל זיין די תורה אויף אזא וועג, האבן מיר היבש מער שאנסן מצליח צו זיין.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:21 pm
דורך ברסלבער
לית דין בר נש האט געשריבן:[tag]ברסלבער[/tag] טייערע איך האב אנגעהויבן ליינען דיינע שורות איז מיר געווארן ווארעם אין הארץ די פלעגסט דא אריינקומען יעדע שטיק צייט אונז איבערלאזן א הערליכע ווארימע ארטיקל אז מען האט גיקענט לעקן די פינגערס פאר צוויי וואכן. אבער אונז האבן שוין לאנג נישט זוכה גיוועהן דערצו, יעצט האב איך מיר איינגירעדט אז די גייסט יעדן טאג ארויפלייגן א חיזוק ווארט און די וועסט נאך צולייגן א נופח משלך.
ליין איך אביסל ווייטער זעה איך אז סך הכל גייסטו ארויפלייגן קליפס איך האב גארנישט דערגעגן אבער ליידער בעוונתינו הרבים לאזט מיין פילטער מיר נישט זעהן קיין קליפס.
איז אולי וואלט כדאי גיוועהן אז די רבי אליין זאל שרייבן אפאר חיזוק ווערטער יעדע טאג?

איך וועל פרובירן צו שרייבן עטליכע שורות פון די תוכן פונעם קליפ.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:22 pm
דורך ראש הישיבה
גראדע זאגט מיר איינער פון מיינע עלטערע קינדער אויף איינער פון די קינדער אין זיין כתה אז עפעס א אינגל וויל זיין 'באמיש'! פרעג איך אים וואס הייסט באמיש? איינער פון די זאכן וואס ער האט מיר געזאגט איז אז ער הערט אויס טעיפס פון רבי יואל ראטה. זעהט אויס אז ער זאגט דארט באמישע זאכן?! :?

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:25 pm
דורך הוגה
ראש הישיבה האט געשריבן:גראדע זאגט מיר איינער פון מיינע עלטערע קינדער אויף איינער פון די קינדער אין זיין כתה אז עפעס א אינגל וויל זיין 'באמיש'! פרעג איך אים וואס הייסט באמיש? איינער פון די זאכן וואס ער האט מיר געזאגט איז אז ער הערט אויס טעיפס פון רבי יואל ראטה. זעהט אויס אז ער זאגט דארט באמישע זאכן?! :?


מעגליך. אויך איז מעגליך אז די טאטע דארף אים בעסער מחנך זיין... :?


.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 7:50 pm
דורך shem-tov
שכח ברסלבער קבל את האמת ממי שאמרו. חיזוק איז חיזוק און מקען עס נישט אוועקמאכן. מיר וואונטשן אייך/אים אסאך הצלחה

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:27 pm
דורך ברסלבער
https://vimeo.com/128423237

"התבודדות" – דאס זעט אויס אזא שרעקעדיגע ווארט, ווי אזוי טוט מען דאס? ווען טוט מען דאס? דארף מען גיין אין וואלד דאס טון? וויפיל אזייגער דארף מען עס טון?
"התבודדות" – איז פשוט צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסצורעדן דאס הארץ פארן אייבערשטן. וואו דו זאלסט נאר זיין, אינדערהיים, אין דיין קאר, אויפ'ן גאס ביי די ארבעט אדער אויפ'ן באס, סיי וואו עס זאל נאר זיין, עפן דעם מויל און רעדט צום אייבערשטן.

מען הערט אמאל ביי קבלת פנימ'ס ווי דער גראמער זינגט:
    מ'זאגט נאך א נוסחא
    פון רבי בונם מפשיסחא
    ער האט זיך גע'טענה'ט מיטן נורא עלילה
    זיי שוין צופרידן
    לייז אונז אויס אלס אידן
    נישט אלס גוים חלילה
נאר רבי בונם האט דאס געקענט זאגן? זאג דו עס אויך פארן אייבערשטן "באשעפער, אמאל האב איך געהאט א געפיל צו דאווענען און לערנען, היינט פיל איך אזוי קאלט און ווייט, איך האב נישט קיין מוט צו גארנישט, עפן מיר מיין הארץ און מאך מיר פאר א מענטש. אויף וואס ווארסטו רבש"ע? אז איך זאל אינגאנצן שוין פארלירן אלעס? העלף מיר יעצט ווען איך שפיר נאך א שטיקל פינק, איידער דאס ווערט אויך אויסגעלאשן".

אמאל איז דאס הארץ אזוי אנגעלייגט אז מען קען אפילו נישט עפענען דאס מויל און רעדן צום אייבערשטן, דאן קען מען מאכן פון דעם אליין א תפלה "באשעפער, איך בין אזוי אנגעלייגט, איך קען זיך נישט מסדר זיין און ארויסזאגן מיטן מויל וואס באדערט מיך, עפן מיין הארץ, עפן מיין מויל, איך זאל זיך קענען אויסרעדן צו דיר".

Re: טעגליכע חיזוק - הר"ר יואל ראטה שליט"א

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 2:04 am
דורך כאפצעם
ער מאכט א שעור מיט אינגעלייט אויך אדער נאר בוחרים?

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 1:17 pm
דורך ברסלבער
https://vimeo.com/128610808

https://vimeo.com/128610882

שבועות ביינאכט פירט מען זיך אויף צו זיין די גאנצע נאכט און זאגן דעם "תיקון ליל שבועות". דער תיקון איז צוזאמגעשטעלט אז מען זאגט די ערשטע און לעצטע פסוק פון אלע ספרי קודש. וואס איז דער ענין דערפון?

מען זעט אז א וויין געשעפט וועט מאכן א גרויסע "וויין טעסטינג", ער געבט בחנם צו פארזוכן אלע וויינען. פארשטייט זיך אז ווען דער עולם פארזוכט די וויינען וועט זיך נאכדעם יעדער צוכאפן צו אנדער סארט וויין, איינער וועט נאכדעם באשטעלן א באקס אדער עטליכע באקסעס פון די סארט, פון די אנדערע סארט.

די זעלבע איז יעצט שבועות ביינאכט, אזוי ווי מיר גייען יעצט מקבל זיין די תורה, פארזוכן מיר אביסל פון די הייליגע תורה, צו זען ווי געשמאק דאס איז, און דערנאך וועלן מיר שוין באשטעלן גרעסערע ארדערס, און לערנען תורה אויך די גאנצע יאר.

די תיקון ליל שבועות וואס מיר האבן היינט איז היבש געוואקסן במשך די יארן, צו די ארגינעלע תיקון איז צוגעקומען נאך אסאך הוספות, איינער האט געקלערט אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך אויך צו זאגן די פרשה פון קבלת התורה, גאנץ מגילת רות, און אזוי ווייטער. אבער דער אמת איז אז מען גייט דאך זאגן מגילת רות שבועות בייטאג, און בכלל דאס צולייגן די איבריגע זאכן מאכט נאכדעם אז מען זאל גארנישט וועלן זאגן, מען זאל נישט האבן די געדולד צו זאגן אזוי סאך, תפסת מרובה לא תפסת. דעריבער קען מען זאגן בלויז יעדע ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, און דאס איז שוין גענוג פאר די תיקון, און דערנאך קען זיך יעדער לערנען זיינע אייגענע שיעורים וואס זיין הארץ באגערט.

דער עיקר איז אז מען זאל אויסנוצן די הייליגע נאכט מיט גוטע זאכן, מיט לערנען און מתפלל צו זיין. אויב איז מען סתם אויף צו פארברענגען און רייכערען, קען מען שוין פאר דעם געלט ענדערש גיין שלאפן און אויפשטיין אויסגערוט צום דאווענען. אז מען איז יא אויף, לוינט זיך אויסצונוצן די צייט.

אין דעם נאכט איז דא א געוואלדיגע עת רצון צו בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף, און ספעציעל צו בעטן אז מען זאל זוכה צו לערנען תורה די גאנצע יאר, אן תורה האט נישט א מענטש קיין סיפוק און חיות אין זיין לעבן. די נאכט פון שבועות איז די ריכטיגע צייט צו בעטן אויף דעם.
מען זעט אז א גוטער געלט גייער וואס וויל צאמשטעלן געלט אויף חתונה צו מאכן אן ארימען חתן, וועט ער אויפזוכן אן עושר וואס מאכט חתונה אויך אין דעם זעלבן נאכט, און ער וועט גיין צו יענעם בעטן ער זאל אויך ארויסהעלפן דעם ארימען חתן, ווייל אזוי ווי יענער שטייט יעצט ביים חתונה מאכן אן אייגן קינד, וועט ער האבן א געפיל צו העלפן אויך א צווייטן חתן. די זעלבע איז אויך יעצט שבועות ביינאכט ווען עס איז די צייט פון קבלת התורה, איז זיכער די ריכטיגע צייט צו מתפלל זיין טאקע אויף דעם צו קענען לערנען תורה אויך די גאנצע יאר, און די תפלות וועלן זיכער נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.

א פרייליכן יום טוב

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 2:42 pm
דורך ברסלבער
https://vimeo.com/129019950

מיר האלטן שוין נאך דעם הייליגן יום טוב שבועות, מיר האבן מקבל געווען די הייליגע תורה, און יעצט איז די צייט אז מען זאל זיך טאקע זעצן לערנען תורה.
ס'זאגט זיך גרינג, אבער ווען ס'קומט למעשה איז זייער שווער צו טאקע עפענען א ספר. מ'דארף טרעפן א גוטע חברותא, מ'דארף האבן די צייט דערצו, און דער עיקר דארף מען האבן די געדולד דערצו.
דער ברסלב'ער רבי האט אנטפלעקט א געוואלדיגע וועג ווי אזוי יעדער מענטש קען זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג. דאס איז אז מען קען זאגן די ווערטער פון תורה אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט, און ווען א מענטש וועט זאגן אסאך תורה, וועט זיך זיין מח עפענען און ער וועט אנהויבן צו פארשטיין אלעס וואס ער זאגט.

מענטשן האבן אסאך קשיות אויף דעם דרך הלימוד. איז מען יא יוצא דערמיט אדער נישט? עס זעט אויס זייער פאני סתם צו זאגן די ווערטער, און אזוי ווייטער זענען דא פילע קשיות אויף דעם דרך הלימוד. אבער ווען מען טראכט אריין איז דאס נישט קיין קשיות נאר תירוצים.
דער ליבאוויטשער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך אפגערעדט אז ער האט קשיות אויף די אמונה "דו האסט נישט קיין קשיות, דו האסט נאר תירוצים אויף דיינע תאוות".
די זעלבע זענען די קשיות אויפ'ן סדר דרך הלימוד. דאס זענען נישט קיין קשיות נאר תירוצים פארוואס נישט צו לערנען, ווייל ווען א איד הויבט אן לערנען אויף דעם סדר, וועט ער שטענדיג לערנען, עס פאלן אוועק אלע תירוצים פארוואס נישט צו לערנען.

און אפילו ווען איינער האט שוין יא א געהעריגע שיעור צו לערנען בעיון מיט א חברותא, מוז ער נאך אלץ צוקומען צום דרך הלימוד, ווייל ווען מען קוקט גוט זעט מען אז עס פאלן אוועק זייער אסאך טעג אין וועלכע מען לערנט למעשה נישט.

    לאמיר מאכן א חשבון, דו לערנסט טאקע יעדן טאג?
    יא!
    שבת לערנסטו אויך?
    ניין.
    שבת איז נישט איין טאג, שבת איז 52 טעג א יאר.
    פרייטאג לערנסטו?
    פרייטאג?! ווער לערנט פרייטאג?
    זונטאג לערנסטו?
    ניין, זונטאג איז א שווערע טאג, איך דארף גיין שאפינג מיט מיין ווייב, די מיידלעך גייען נישט אין סקול, איך קען נישט לערנען. אבער סתם אזוי יעדן טאג לערן איך.
    האלטן מיר שוין ביי 150 טעג א יאר וואס מען לערנט נישט, און דאס איז אויסער די ימים טובים און יומי דפגרא און ווען מען האט שמחות א.א.וו.

ווען מען מאכט אן אמת'ן חשבון בלייבט מען מיט קוים א חודש צוויי איבערן יאר וואס מען לערנט. און ווען מען זיצט שוין יא מיט די חברותא ביי די גמרא, לערנט מען דען אייביג? מען דארף דאך קודם אויסשמועסן די עניני דיומא און שיקן אלע לעצטיגע אינטערעסאנטע מעסעזשעס.

מיט'ן דרך הלימוד דארף מען נישט קיין חברותא, מען דארף נישט א נארמאלע צייט, מען דארף נישט קיין גוטע מוט, אויף דעם וועג קען מען שטענדיג לערנען אויף סיי וועלכע מצב.


נ.ב. איך שרייב נאר ממש אויפ'ן שפיץ גאפל וואס מען רעדט אינעם קליפ. פאר מער אינפארמאציע הערט אויס די אויסצוג אליין.

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 9:18 am
דורך יענער פויגעל
יישר כח ברסלבער פאר די ווארעמע דברי חיזוק וואס די ברענגסט דא צו
חזק ואמץ

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 12:15 pm
דורך shem-tov
זייער שיינע שמועסן אבער דער אשכול באלאנגט אין אחיעזר אדער ביי תורה ענינים. דא איז געזעלשאפט. ווען איך זיך געזעלשאפט ענינים זוך איך נישט קיין חיזוק און קיין מוסר רייד און נישט קיין תורה שמועסן. יעדע זאך האט זיין פלאץ ואיזהו חכם המכיר את מקומו. שכח ברסלאוער

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:37 pm
דורך ברסלבער
https://vimeo.com/129355054

פארלאז דיך נישט אויף מענטשן! מענטשן קענען דיר נישט העלפן, ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן ווערט מען זייער אנטוישט. יעדער טראכט נאר פון זיך אליין, קיינער וויל דיר נישט העלפן. נאר דער אייבערשטער קען דיר העלפן און וויל דיר העלפן. גיי צו אים, רעד זיך אויס צו אים, און דאן וועט ער דיר העלפן.

https://vimeo.com/129355052

בלעם האט געזאגט "חטאתי - איך האב געזינדיגט". זאגט דער מדרש אז בלעם האט געוואוסט דעם סוד פון תשובה, אויב א מענטש זאגט ארויס די ווארט "חטאתי", ער איז מודה אז ער האט געטון אן עבירה און ער טוט תשובה, דאן קען אים קיינער גארנישט קיין שלעכטס טון.
ווען א מענטש האט שכל, ווען ער איז דורכגעפאלן מיט אן עבירה, זאל ער גלייך זיך מודה זיין פארן אייבערשטן און אים איבערבעטן, און דאן וועט אים גארנישט פאסירן קיין שלעכטס.

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:51 pm
דורך chusid
שכח ברסלבער פאר די חיזוק! איך גלייך זייער די אריינפיר ניגון, וואסערע ניגון איז דאס?

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:58 pm
דורך ברסלבער
א אינטרא פון איינע פון די ניגונים אויפ'ן סידי "פון יעצט".

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 1:12 am
דורך בן עזאי
[tag]ברסלבער[/tag]
איך האב שטארק הנאה פון ר' יואל ראטה'ס דרשות.
איך האב איין מיין קאר 2 סי די'ס וואס א ברסלב'ער האט מיר אריינגעשטיפט אין די האנט. כ'מיז דיר זאגן, איך הער עס איבער און איבער און ס'ווערט נישט נמאס.
די אופן וויאזוי ער רעדט, געפלאכטן מיט זיינע ניגונים איז דאך ממש מתוק, און זיינע בלאזן אריין א חיות אין די נשמה.
ייש"כ פאר'ן ארויפברענגען זיינע שיעורים, ס'איז מהנה א גרויסער עולם דא.
כ'וואלט נאר געוואלט פרעגן אויב ס'דא ווי מ'קען דאונלאוידען לענגערע שיעוריים פון אים, צו הערן אויף אן MP3 אין די קאר? ולמצוה גדלה יחשב.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 9:48 am
דורך יענער פויגעל
יישר כח
קיפ איט אפ

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 9:51 am
דורך קאך_לעפל
מיר האבן שוין טאקע נישט קיין חובת הלבבות? איך טראכט צו עפענען אן אשכול איבער דברי חיזוק פון הגה''צ רבי ליפא'לע רייך שליט''א האדמו''ר מצאנז - סיגוט, ההולך בעגלה ילדים ברחובות העיר........

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:26 am
דורך ברסלבער
בן עזאי האט געשריבן:[tag]ברסלבער[/tag]
איך האב שטארק הנאה פון ר' יואל ראטה'ס דרשות.
איך האב איין מיין קאר 2 סי די'ס וואס א ברסלב'ער האט מיר אריינגעשטיפט אין די האנט. כ'מיז דיר זאגן, איך הער עס איבער און איבער און ס'ווערט נישט נמאס.
די אופן וויאזוי ער רעדט, געפלאכטן מיט זיינע ניגונים איז דאך ממש מתוק, און זיינע בלאזן אריין א חיות אין די נשמה.
ייש"כ פאר'ן ארויפברענגען זיינע שיעורים, ס'איז מהנה א גרויסער עולם דא.
כ'וואלט נאר געוואלט פרעגן אויב ס'דא ווי מ'קען דאונלאוידען לענגערע שיעוריים פון אים, צו הערן אויף אן MP3 אין די קאר? ולמצוה גדלה יחשב.

עטליכע דרשות דאונצולאודן דא און דא. א סידי מיט אידישע ניגונים צו דאונלאודן דא.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:56 am
דורך בן עזאי
שקויעך ברסלבער, די ביזט פון די נתבעים ונותנים. אזעלכע פיינע ברודער צו טרעפן דא אין קאווע שטיבל.
די דרשות וועלן מיר קלעקן פאר כאטש עטליכע וואכן.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 2:09 pm
דורך ברסלבער
https://vimeo.com/129690796

א איד איז געקומען צו רבי נתן און אים דערציילט אז ער האט אנגעזעצט געלט פון אסאך מענטשן, און ער האט נישט קיין אנדערע ברירה נאר ער מוז אנטלויפן פון שטאט אינמיטן די נאכט, אויב נישט וועלן אים די בעלי חובות וועלן הרג'ענען.
רבי נתן האט אים געפרעגט וואו ער פלאנט צו לויפן, האט ער געזאגט אז ער האט עפעס א קרוב אין א ווייטע שטאט און ער וויל דארט אהין לויפן.
האט אים רבי נתן געזאגט: "ווי נאר דיין קרוב וועט הערן פארוואס דו ביזט אנטלאפן, וועט ער דיר גלייך געבן שלום עליכם נאר מיט די שפיץ פינגער, ניטאמאל וועט ער דיר געבן די גאנצע האנט. ער וועט נאר וועלן פטור ווערן פון דיר, פארוואס זאל ער ארייננעמען א צרה אין שטוב?
"מיין עצה איז, אויב דו ווילסט אנטלויפן זאלסטו לויפן נאר צום אייבערשטן! זעץ דיך אריין אין ביהמ"ד און הויב אן לערנען און דאווענען, און בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט קענען באצאלן דיינע בעלי חובות"
דער איד האט געפאלגט און האט אזוי געטון. אין אנהויב האבן אים זיינע בעלי חובות טאקע גע'רודפ'ט, אבער ווען זיי האבן אינגעזען אז דער איד איז נישט קיין גנב, ער איז אן ערליכער מענטש וואס האט פשוט נישט מצליח געווען, האבן זיי אים צורוה געלאזט. דער איד האט זיך געעפנט א קליין געשעפט פון וואס ער האט געמאכט פרנסה, און צוביסלעך האט ער אפגעצאלט אלע זיינע חובות.

אויב האסטו א פראבלעם? דו פילסט אז דו ווילסט אנטלויפן? נאר איין אדרעס איז דא וואו מען קען אהין אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן!