נאסטאלגישע זכרונות: די רעביצינס טשיז קעיק!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
נאסטאלגישע זכרונות: די רעביצינס טשיז קעיק!
אהה דעם רעביצינס טשיס קעיק, די וואס דענקן נאך שטעלן זיך נאך היינט אויף בקומה זקיפה פארן נאמען אליין, דאס האט געהאט די מאקסומום קעיז פין סיי וועלעכע טשיס קעיק אופן כדור העולם, טראץ די דיקקייט דערפין האט זיך דאס געשניטן הערליך שיין, יעדע סלייס איז געבליבן מיט איר אייגענארטיגע איידענטיטעיט ער איז חלילה נישט צעפארן אדער צערינען, די ברעזל שיין ציגאסן בשמים ממעל האט ציגעגעבן אביסל א קריספ בנותן טעם.
מאחורי הפרגוד האט מיר עמיצער אנפארטרויט סקומט פאר מדי שנה לשנה א ״רעביצינס טשיס קעיק פארטי״ עס באטייליגן זיך דארט געשוואירענע שונאים אבער מאכן א פייער אפשטעל לשעה, באטייליגן זיך דארט אלע סאטמערע רביס, די רעביצינס געוועזענע שטוב מענטשן, בני יואל פארשטייער, נטרונא, נטורא קרתה, אלטע אפגעפארענע סענדז סטריט בוקעס טראק דרייווער, אלעס מאכט שלום מקומט זיך ציזאם עסן דעם רעביצינס טשיס קעיק.
א לעגענדע פארציילן געוויסע מענטשן אז ביים ערשטן יארצייט פינעם אלטן סאטמערע רעביצין האט עמיצער שפעט אויף דער נאכט ווען קיינער איז שוין נישט דארט געווען אראפגעלייגט א בעקעלע פין די רעבעצינס טשיס קעיק נעבן די ליכט ביי איר קבר, נישט מער נישט ווייניגער עס האבן ארויסשפאצירט פין די ארימיגע קברים די חברה אינאיינעם מיט ר׳ יוסל אשכנזי ז״ל בראש אין שטייטערהייט שטילערהייט זיך צילאזן אויפן טאץ טשיס קעיק (סהייסט די רעבעצין האט אויך געכאפט א לעק אבער זיי האט דאס תיכף ומיד אויסגעשפיגן אין געשריגן אז דאס איז פאלשע מעשיות נישט די ארגינעלע, אבער די חלק פינעם מעשה האט נישט קיין קראנטע מקור) מהאט נעבעך דעם אנדערן אינדערפרי געטראפן דעם איד זיצן אויפן הויכן וואסער טאנק נעבן בית החיים מהאט אים בשום אופן נישט געקענט איבערצייגן אראפקומען.
אלנפאלס די היימישע אידן דא זאלן זעהן פארלאנגן אין שטוב די בעה״בסטע זאל צישטעלן די ארגינעלע טשיס קעיק כנהוג נישט די אלע פענסי שמענסי טשיס קעיק וואס האט מער קאקי אין קרעים ווי קעיז, שבועות איז א מצוה צי עסן קעיז נישט קאקי.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זיניגער: איך האב געמיינט אז דו וועסט אויפברענגען אין די זיכרונות פון די רעבעצין זכותה יגן עלינו וויאזוי זי האט צוגעשטעלט דעם טשיעז קעיק פאר'ן עולם כדי מ'זאלל קענען מיט גרויס געדולד און חשק אויסהערן דעם קרעפל פשעטל פון רביה"ק זי"ע. אבער דאס אליינ. דער טעם און זיסקייט פונ'ם טשיעז קעיק געבאקן דורך די רעביצן, דאס אי נישט ווערד צו דערמאנען אין די זיכרונות. כ'בין זיכער אז אין די היינטיגע טעג ווען די הייליגע בני יואל קומען זיך צוזאם בבית רעבעציננו תליט"א (אפשר לעבט זי נאך.) רעדן זיי נישט איבער די זיסקייט און געשמאקקייט פון איהר טשיעז קעיק. נאר זיי דערמאנען זיך די זיכרונות ווי ר' יוסל וואלדמאן שליט"א האט מיט גרויס מסירת נפש נאכגעשריגן דעם ---ברך משה און זיין זון דער----אויף די הייליגע גאסן פונ'ם הייליגן שטעטל וואס זיי זענען געקומען כדי צו פארשוועכן איר גרויס קדושה. דער בעל מסירת נפש דער הייליגער בעל דברי יוסף (מסתמא וועט מען מלקט זיין א ספר פון זיינע דברי קדושה וחכמה.) האט מחזק געווען דעם הייפעלע ערליכע אידן. די ברכיים אשר לו כרעו לבעל האהרוני אז זיי זאללן נישט אויפגעבן די מלחמה לה' בעמלק. און זיי דערמאנען זיך אויך ווי די טעראריסטן און נאציס האבן געווארפן שטיינער אויף די רעבעצין, זי"ע. נאר פארוואס זיי האבן געווארפן די שטיינער האבן זיי נישט געזאגט. שוין. ס'דא נאך זיכרונות אויפצוברענגען פון די רעבעצינ'ס שטוב, נאר דאס וועלן מיר איבערלאזן פאר דעם ספר זיכרונות מבית רבציננו תליט"א וואס וועט פארטיילט ווערן ביים דינער לטובת מוסדותינו הקדשים ביום כ' כסלו. (נישט ח"ו כ"א כסלו, ביום אידם פון די ערב רב די אהרונים, ח"ו..(...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- דענקער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
- האט שוין געלייקט: 905 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל
8 איי געלעכל
3 פונט פארמער טשיז
1 גלאז סמייטע
1/2 גלאז אראנדזש דזשוס
1 1/2 גלאז צוקער
1 וואנילע
6 לעפל מעהל
שניי
8 איי ווייסל
1/3 גלאז צוקער
קראסט
4 גלאז קוקיס
1/2 פוטער
2/3 אריינקוועטשן אין די בעקעלע. די איבריגע, ארויפברעקלען אויף די קעיק.
באקן אויף 350 פאר 45-50 מינוט.
ווער עס מאכט עס, קען מיך לאדענען פאר די מילכיגע סעודה אדער אוועקלייגן א סלייס פאר מיר. וויטשעווער איז איזיער.

דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
דענקער האט געשריבן:8 איי געלעכל
3 פונט פארמער טשיז
1 גלאז סמייטע
1/2 גלאז אראנדזש דזשוס
1 1/2 גלאז צוקער
1 וואנילע
6 לעפל מעהל
שניי
8 איי ווייסל
1/3 גלאז צוקער
קראסט
4 גלאז קוקיס
1/2 פוטער
2/3 אריינקוועטשן אין די בעקעלע. די איבריגע, ארויפברעקלען אויף די קעיק.
באקן אויף 350 פאר 45-50 מינוט.
ווער עס מאכט עס, קען מיך לאדענען פאר די מילכיגע סעודה אדער אוועקלייגן א סלייס פאר מיר. וויטשעווער איז איזיער.
סוועט מיר זיין א כבוד אויס די וועסט באשיינען מיין טיש. ביזט העפליך געלאדענט, פאר אדרעס ביטע שיק מיר א מעסעדזש פריוואט
Hope to see you
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
דענקער האט געשריבן:ווער עס מאכט עס, קען מיך לאדענען פאר די מילכיגע סעודה אדער אוועקלייגן א סלייס פאר מיר. וויטשעווער איז איזיער.
[tag]דענקער[/tag], ביי גרינ'ס קענסטו עס קויפן. און אויב ווילסטו אינוועסטן אביסל קענסטו אפקויפן מיין שוועגערין, וועסטו שוין האבן אן אייגענע רעבעצין.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
דא ווערט שטארק ארומגערעדט פון די מסורה׳דיגן טשיז קעיק.
http://www.imamother.com/forum/viewtopic.php?t=184500
http://www.imamother.com/forum/viewtopic.php?t=184500
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
דענקער האט געשריבן:8 איי געלעכל
3 פונט פארמער טשיז
1 גלאז סמייטע
1/2 גלאז אראנדזש דזשוס
1 1/2 גלאז צוקער
1 וואנילע
6 לעפל מעהל
שניי
8 איי ווייסל
1/3 גלאז צוקער
קראסט
4 גלאז קוקיס
1/2 פוטער
2/3 אריינקוועטשן אין די בעקעלע. די איבריגע, ארויפברעקלען אויף די קעיק.
באקן אויף 350 פאר 45-50 מינוט.
ווער עס מאכט עס, קען מיך לאדענען פאר די מילכיגע סעודה אדער אוועקלייגן א סלייס פאר מיר. וויטשעווער איז איזיער.
אין מחזור דברי יואל אויף שבועות ווערט געברענגט אז אין די געזינטע יארן פאר תש-כח האט די רעבעצין געלייגט נאר 7 איי געלעכלעך
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
Re: נאסטאלגישע זכרונות: די רעביצינס טשיז קעיק!
ווייסט איינער ווי אזוי מ׳ מאכט אז די טאפ קראסט זאל נישט ווערען סאגי נאך 2 טעג? איך האב די פראבלעים יעדע שבת אז ביי מלוה מלכה איז שוין די טאפ קראסט סאאגי