בלאט 1 פון 1
געבוירן אין עלטער פון 64
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:47 pm
דורך חקרן
איך בין געווען זיכער אז עס איז שוין מסתמא פאראן אן אשכול דערוועגן, דערוויילע האב איך געזוכט און גארנישט געפינען. מאך איך א נייעם אשכול דערוועגן.
עס האט שוין יעדער זיכער געהערט די נייעס, אז א פרוי האט געבוירן איר ערשטן קינד אין עלטער פון 64 יאר. א שרעקליכער מחלוקת האט אויסגעבראכן צווישן נאדבורנא אין צאנז, ווער עס איז דער בעל מופת דא, והדברים עתיקין וידיעין.
דערוויילע נאט אייך א בילד פון די מאמע מיטן קינד, זייט נהנה...
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:49 pm
דורך [NAMELESS]
אן אינטערעסאנטער ספעקטאקל גייט זיך אפשפילן אין וויליאמסבורג אין אכצן יאר ארום: א אידל קרוב צו די 90 גייט ארומגיין אין די שולן נאך געלט זאגנדיג אז ער האלט פארן חתונה מאכן די ערשטע קינד ואין בידו לפורטה
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט געזאגט פאר דעם יוד: מאכט זיכער אפצוקאכן די ארבעס פונעם זכר אז עס זאל זיין ווייך, אייערע חבירים האבן שוין נישט קיין ציין.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 7:02 pm
דורך קאמענטירער
אוון פארשטייט זיך אז דרעזנער האט שוין אן אונטערוויוא מיטן פריש געווארענעם טאטען...
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
חקרן: איך האב ערגעץ וואו געליינט אז ס'איז געווען א מעשה ווי א יודענע פון 90 יאר, וועלכע איז שוין לאנג אריבער מענאופאוז, האט געבוירן א יונגעלע. און איהר מאן איז דאמאלץ אלט געווען 100 יאר. און מ'האטציך נישט געדארפט ארומקריגן וועמענ'ס מופת ס'איז. ווייל ס'זענען דאך דאמאלץ נישט געווען קיין רעבעס. (אפילו ליטווישע געדעילים איז אויכעט נאכנישט געווען.) נאר די אלטע אידענע ווען מ'איז איהר געקומען זאגן (נישט אנווינטשן.) אז זי וועט געבוירן א יונגל, האט זי זיך גוט צולאכט...איך ווילל נישט נאכזאגן וואס זי האט געזאגט ווייל מ'וועט עס נאך צענזורירן. ס'היינט אכשר דרא'דיגע צייטן. און אין דער איד אדער בלאט וועט מען נישט שרייבן אזעלכע ---רייד...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 7:50 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער ספעקטאקל גייט זיך אפשפילן אין וויליאמסבורג אין אכצן יאר ארום: א אידל קרוב צו די 90 גייט ארומגיין אין די שולן נאך געלט זאגנדיג אז ער האלט פארן חתונה מאכן די ערשטע קינד ואין בידו לפורטה
עזריאל: איך האב געהערט אן ענליכע מעשה פון א איד וואס ווען זיין כלה איז געבוירן איז ער אלט געווען 47 1/2 יאר. שפעטער, ווען די מיידל איז געווארן אלט אכצן יאר און זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען געגאנגען צוזאמען שאפינג האט (כמעט) א יעדער געפרעגט פון די יונגע ווייבל ווער דער מענטש איז וועלכער גייט לעבן איהר....איהר זיידע...? האט זי געענטפערט..."ניין. דאס איז מיין מאן...
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:01 pm
דורך פארוואס?
לויט ווי איך לייען, איז זי געווען נישט מער ווי אן אינקיובעיטאר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:06 pm
דורך חקרן
דער טאטע איז יא א ריכטיגער טאטע?
ווער איז די ריכטיגע מאמע?
נשלח: מאנטאג מאי 25, 2015 10:17 am
דורך מענטשאלע
לאדנט צום שלום זכר און ברית
נשלח: מאנטאג מאי 25, 2015 11:47 am
דורך מענטשאלע
נשלח: מאנטאג מאי 25, 2015 10:23 pm
דורך מיימון
א דייטשע פרוי האט איבערגעשטיגן דעם רעקארד האבנדיג א פירלינג quadruple ביי 65, זי איז א מאמע צו 13
news.yahoo.com/german-woman-65-mother-13-quadruplets-085930898.html
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 3:30 pm
דורך שלמה המלך
פארשטיי איך נישט פינקליך וואס די דייטשע פרוי האט געוואלט!
אויב זי האט שוין 13 קינדער טא פארוואס האט זי געמאכט אזא ארטיפישעל פרעגנעסי און געבורט! מילא ביי אונזער נושא רעדט מען פון א קינדערלאזע פרוי וואס טיט אלע מיטלען די קענען חובק זיין א קינד במה ידיה אבער די דייטשע ימח שמה'ניק וואס איז איהר מאטיוו?
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב
ביים ברית
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:מזל טוב
ביים ברית
ווער איז דאס...? זיין שוויגער...!
נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 3:40 am
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:מזל טוב
ביים ברית
ווער איז דאס...? זיין שוויגער...!
ניין זיין שוויגערס טאכטער
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 7:12 am
דורך בן עזאי
דאס הארץ צוגייט פא ר מתיקות זעענדיג דאס שמייכל פונעם טאטן.
די געפילן ברויזן פאר פרייד, אזש ס'וויל זיך ארויסלאזן אין א טענצעלע איצט 7:05 פארטאגס.
די געשעעניש זאגט אינז אז מען טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, אפילו מען האט שוין פארפאסט אלע טשאנשעס.
אויב האט ער געקענט געהאלפן ווערן אין אזא מצב, וועל איך און דיר אויך געהאלפן ווערן מיט וואס מיר דארפן אין אינזער מצב.
אוי הייליגע פאטער, ווי גוט ביזטו צו אינז. זעה נאר ס'זאל זיין חסדים גילוים וואס מיר זאלן זעהן דאס גוטס!