אנטשולדיגט! איר האט געפרעגט רשות?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

אנטשולדיגט! איר האט געפרעגט רשות?

שליחה דורך גאלד »

מדרך הנימוס ווען איינער ניצט יענעמס חפץ, אדער מ'האלט יענעם אויף, אדער קרויזט איהם אויס אין די ליין, איז מענטשליכקייט צו בעטן רשות, אדער לכה"פ געבן א שטיקל הכרה, זיך אנטשולדיגן, וכדומה.
אבער זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג מאכן, מיטאמאל קוקן אויף יענעם'ס זייט, דאס איז שוין א געמיינער חוצפה שאין כמוה,

כלפי מה דברים אמורים,
אונזער היימישע געמיינדע זענען זייער פאריאגטע מענטשן, מ'האמיר קע"ה גרויסע משפחות, גרויסע הוצאות, יעדע רגע פון טאג יאוועט מען זיך מיט אדער ערלעדיגן פאר די שטוב מיט קינדערלעך קע"ה, אדער יאגט מען זיך פאר פרנסה.
אבער מאכט ליידער זייער אפט אז אין די ברוקלינער גאסן אזש אינמיטן די היימישע געגנט, שטעלט זיך אראפ א משלנו דאבל-פארקד און האלט אויף די אלע פאריאגעטע טאטעס, און גנב'עט אן רשות יענעמס טייערע צייט וואס קאסט געלט, און ווען איך זאג געלט מיין איך טאקע קעש, גרינע,
וויל איך טאקע רעדן צו דעם פארשוין:
אנטשולדיגט די סעלפיש איגנארענט אומענטש!
איך בין א קאר סערוויסעס דרייווער, די האסט מיך געקאסט נאך 3 דאלאר,
איך בין א פלאמבער איך לויף ארום אויפשטאפן טוילעטס, א דאנק דיר בין איך געווען צו איין קאסטומער ווייניגער היינט, איר ווילט מיר אפשר באצאלן די 50'ער, ציוויפיל?
אויב דארפסטו וויכטיג אויפיקן די ווייב אין קינדער, זייזשע מוחל פאר אראפ צו די נענטסטע פאמפ אדער דרייוווע, טעקסט איר אז זי זאל צושפאצירן צו די קאר א האלבע בלאק,
אויב איז אביסל שווער פאר זיי צו וואקן, דאן זיי מוחל קלאפ אריין און די אלע קאר אונטער דיר, און בעהט זיי רשות, צו זיי זענען גרייט צו מנדב זיין אפאר דאלאר פאר דיין באקוועמליכקייט,
קען זיין מ'העמיר מסכים זיין קען זיין נישט, עכ"פ מיר מוזן זיכער נישט, ס'מיין צייט מיין געלט, איך בעה"ב אויף מיין געלט,


לא די וואס די נעמסט צו מיין טייערע צייט אן רשות האסטו נאך די העזה אז ווען איך פאר דיר אריבער, פארמאסקעוועסטו דיך אין דיין קאר, ציעסט ארויף די פענסטער, און די ווייזט מיר דיין אחוריים,
דאס קומט זיך מיר? פארן דיר מנדב זיין מיין אויסגעהארוועט געלט אן רשות,
זאג מיר כאטש "אנטשוליגט!" אז נישט "אנטשולדיגט!" קוק מיך כאטש אן, זאג מיר בלויז אגוט מארגן,
גארנישט?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
וויל פארשטיין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 1:48 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל

Re: אנטשולדיגט! איר האט געפרעגט רשות?

שליחה דורך וויל פארשטיין »

ישר כח איך האלט שוין לאנג אז מען שארך מעורעור סיים אין די ענין איך מיין אז עס איז אסאך וויכטיגער פון רוב צעטלעך אין ביהמד״ר איך האב אמאל איוסגערעכנט עס האט מיר געקאסט איין טאג קרוב צו שני מאות
פארשפארט