בלאט 1 פון 1

קלוגע דעוועלאפערס פארקויפן בלויז פאר אידן

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 8:27 pm
דורך קליינער
די אלטע דעוועלאפערס ווייסן דאס ממילא. זיי ווייסן אקוראט וואו עס לוינט צו אינוועסטירן זייערע געלטער און וועלכע פלענער מען קען ארויסזען די גרעסטע פראפיטן.

צומאל איז אבער וויכטיג צו ערקלערן די פרישע ריעל עסטעיט סוחרים אז זיי זאלן וויסן נישט אריינצופאלן מיט שלעכטע געשעפטן.

א קלוגער מאן דהוא האט מיט שיינע גראפיקס באוויזן צו ערקלערן אין קורצן דאס וואס מען האט פרובירט מיט א גאנצע אסיפת הרבנים והנגידים...

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
ר' קליינער: איך ווייס נישט צו דו מיינסט עס ערנסט אדער דו מאכסט א ביסל א שפאס...ווייל א סאך זאכן וואס די "ערלים" וואלטן געטון, טוה איך אויך. ווייל איך וויל נישט זיין א צועק לשעבר. אז איך 'עלל איינלייגן מיינע פאפירן ביי לאבין אדער ביי האלבערשטאם, און זיי וועלן פונקט נישט זיין הי, נאר אדער אין ארץ ישראל ביי ר' שמעון'ען אדער אין אומאן ביי ר' נחמנ'ען, וועל איך קענען גיין רעדן צום ונתנה תוקף...!ווידעראום, אויף די בשותפות'דיגע עריעס, אזוי ווי האללועיס און חצירות און דער דאך פונ'ם הויז איז דא הלכות און לה' ציווילע געזעצן. ס'איז נישט בידו פון א פריוואטן מענטש, וויאזוי זיין גוסטע גייט. אדער אויב האט ער געהאט א צו ווערטלעניש מיט זיין רביצין, וועט ער אויסלאזן כל חמתו אויפ'ן קאסטומער. און ווידער פאר ארצות החיים האמיר זיך שוין פארשריבן ביי די היימישע חברא קדישא. און וואוינען ווילן מיר בעז"ה אין א רואיגע שטימונג...!

Re: קלוגע דעוועלאפערס פארקויפן בלויז פאר אידן

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
אידן צאלן 500$ א סקווער פיס, גוים 800$,

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אידן צאלן 500$ א סקווער פיס, גוים 800$,

גראדעמעכעלע: נאך א מעלה איז...אידן צאללן היימיש. און אמאל קראכט די טשעקס...גוים צאללן מיט עכט געלט...נאר מ'דארף באצאללן דעם מכס...!

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 9:14 pm
דורך געפילטע פיש
איינער קען מאכן א מפתח פאר אלע "וד"ל"ס?

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 9:51 pm
דורך מאטי
צו מפרסם זיין אזא צעטיל אין 2015 איז ביאנד קאמפרעהענציע.

Re: קלוגע דעוועלאפערס פארקויפן בלויז פאר אידן

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 9:57 pm
דורך שמוליק
@קליינער
פארואס זאל טיך פארקופען פאר א יוד א יוד? ער וועט דיר אראף האנדלען די פרייז אין ווען ער וועט יא מסכים זיין מיט דיין פרייז בלת ברירה וועט ער דיר שלעפן אין שלעפן אין געבן עדיטאט ביז די וועסט דיך פילען ווי א גנב. מה שאין כן א גוי טאמער וויל ער דעם הויז צאלט ער דערפאר שיין געלט. נישט בחינם בוען רוב דעוועלעפערס נאר פאר גוים! ווען איך האב פארקויפט א הויז האב איך געהאט 2 אפערס א גוי מיט א יוד, דער גוי האט מיר געאפערט איבער 50 אלפים מער פונעם יוד, אין דער יוד האט נאך געהאט טענות אז איך האב עס פארקויפט פאר א גוי. טי מיר א טובה קיינער צווינגט דיר נישט צי וואינען אין ברוקלין ווי די רענט איז טייער, אין מאנסי איז דא שיינע הייזער פאר סאך ביליגער,דיין מאמעס קיגל איז נישט ווערט די געלט פרק א ברוקלין הויז אויב די קענסט עס נישט עפארדן. אינז דעוועלעפערס זענען נישט אין די צדקה ביזנעס ווען איך וויל געבן צדקה האב איך א פישקע אין מיין אפיס ט"ו מיר א טובה האק איינעם אנדרעש אין קאפ!

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 10:48 pm
דורך שמעון וואלף
פארקויף פאר אידן און די קונה איז נישט צופרידן פון די קוואליטי, קריגסטי א ים מיט שונאים און די ווערסט באשמיצט אלס גנב, פארקויף פאר גוים און טאמער איז ער נישט צופרידן גייט ער זיך ווייטער זיין וועג און שלום על ישראל

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 11:12 pm
דורך מור וקציעה
מאטי האט געשריבן:צו מפרסם זיין אזא צעטיל אין 2015 איז ביאנד קאמפרעהענציע.

ווי ערווארטעט, פעילד שמריה מאכט מטעמים
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... l-345.html

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 11:21 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז דער מקור צו דעם פלוג בלעטל? ד.ה. פון וואו קומט עס? וואו איז עס געשטאנען?

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 1:31 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:פארקויף פאר אידן און די קונה איז נישט צופרידן פון די קוואליטי, קריגסטי א ים מיט שונאים און די ווערסט באשמיצט אלס גנב, פארקויף פאר גוים און טאמער איז ער נישט צופרידן גייט ער זיך ווייטער זיין וועג און שלום על ישראל

שמעון וואלף: ס'נישט אינגאנצן אזוי. מאך זיי נישט פאר אזעלכע צדיקים. ווען א גוי איז נישט צופרידן וועט ער נישט גיין אין ביהמ"ד אדער אין מקווה זאגן אז דו ביסט א גנב. נאר ער'ט גיין אין קאורט... און מאכן סטאפ פעימענט אויף די טשעקס...!

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 8:46 am
דורך פליקער
מור וקציעה האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:צו מפרסם זיין אזא צעטיל אין 2015 איז ביאנד קאמפרעהענציע.

ווי ערווארטעט, פעילד שמריה מאכט מטעמים
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... l-345.html


איך האב געמישטע געפילן דא, פון איין זייט האבן מיר דאך נישט קיין ברירה, שמריה גייט נישט טוישן גארנישט דערמיט וואס ער איז מבזה און מלשין אויף כלל ישראל, אבער פון די אנדערע זייט ברויך זיך טאקע ענדיגן די פארקויפן פאר אידן פאר ביליג שווינדל, ווייל ווי שוין געזאגט כמה פעמים די סיבה פארוואס דאמזי פארקויפט פאר פיר פיפציג און זיין שכן דער גוי פאר פערצן פיפציג האט א סיבה, גיי קוק ווי אזוי זיי בויען, וואס זיי לייגן אריין אינעם בילדינג וועט איר פארשטיין, זיי האבן אלע תענוגי עולם הזה דארטן, ווען די רבני העיר וואלטן געמאכט זיכער אז א איד זאל עס בויען, וואלט כאטש דארטן געוואוינט א ארימערע גוי, נישט איינער וואס ברויך א שווים באסיין, מיט א באגריסער ביים טיר.

Re: קלוגע דעוועלאפערס פארקויפן בלויז פאר אידן

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:03 am
דורך דעת תורה
א ארימער גוי אעז בעסער ווי א רייכער?

Re: קלוגע דעוועלאפערס פארקויפן בלויז פאר אידן

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:05 am
דורך דעת תורה
מור וקציעה האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:צו מפרסם זיין אזא צעטיל אין 2015 איז ביאנד קאמפרעהענציע.

ווי ערווארטעט, פעילד שמריה מאכט מטעמים
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... l-345.html

חכמים הזהרו בדבריכם גייט אן אויך - און אפשר בעיקר - ביי קאווע שטיבל. שמרי' וואוינט נישט אין וויליאמסבורג, אבער אין ק"ש איז ער א אפטער גאסט, ער נעמט כסדר מאטריאלן פון דא.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 12:32 pm
דורך Milk shake
יישר כח קליינער פאר געבן פאר די שונאי ישראל א שטעקן, קענסט רואיג שטארבן אז דו האסט עפעס אויפגעטון אויף די וועלט.

נ.ב. איך וואלט נישט געווען סורפרייזט אויב קליינער איז נישט גאר שמערל אליינס..

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 1:51 pm
דורך פליקער
דעת תורה האט געשריבן:א ארימער גוי איז בעסער ווי א רייכער?

יא, ווייל א ארימער גוי טוט נישט איבערמאכן די געיגענט, און אויך נישט פארטרייבן די רוב רובם ארימע אידן.
משא"כ די רייכע גויים וואס האבן באזעצט ארים אונז, ברעינגען ארויף די קאטעגאריע פון אונזער געיגענט אלס א טייערע געיגענט, און דעריבער גייען די טעקס ארויף, ווי שוין פארפירט און אנדערע אשכולות "עד כדי גירוש", און די ארימע גויאישע שכנים ווי למשל די פארטאריקאנע האבן דאס קיין מאל נישט מצליח געוועין צי טיען, מיר זענען געוועין קאנקערירנדע שכנים אויף יעדע לאט, מיר האבן געהאט א שאנץ זיך צי פארברייטערן דארט ווי מיר האבן נאר געוואלט אריין שטעקן א לאפע, היינט האבן מיר דאס נישט מער, אויף יעדע לאט וואס א איד מיז בויען פאר א איד, איז עס א חסד של אמת, ער מיז דערלייגן אן א שיעור געלט, כמו רובין'ס וקעסקעיד מיז מען פאר זיי לייגען שושים ריבוא אותיות של שבח אין די לאקאלע צייטונגען, דאס הייבט ביי מיר, א קאלאסאלע דורכפאל, ווען די רבני העיר וואלטן געמאכט א געשעפט מיט א לאקאלע דיוועלאפער, וואלט מען וועין נישט מורא געהאט אפקויפן למשל קנייץ טויאינג, אדער די זאזא בילדינג, און מען וואלט וועין געקענט מאכן נארמאלע דירות אפילו פאר גויים, און נישט די רייצענדע פאלאצען וואס גייען דארט זיין, אזעלכע דירות וואס גייען טראנצפארמען די גאנצע געיגענט, אז עס זאל רייצען די אפעטיט פאר די גרויסע דיוועלאפערס און מאכן א בראדוועי ווי עס פאסירט אויף גאנץ בראדוועי און אויף נארט וויליאמסבורג.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 2:05 pm
דורך יואליש
כ'קען נישט גלייבן אז קיינער ביז אהער האט נאכנישט אויפגעפאסט אז דאס קוקט אויס ווי א סארקאסטישע ליצנות שטיקל געצילט קעגן א געוויסע דעוועלעפאר און הרב לאבין. קען זיין אז דער שרייבער איז בא'עוולה'ט געווארן און איז אנגעווייטאגט, אבער דאס צעטל האט נישט מיט די אמת'ע מערכה צו ארויסהאלטן גוים פון אידישע געגענטער.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 2:12 pm
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:פארקויף פאר אידן און די קונה איז נישט צופרידן פון די קוואליטי, קריגסטי א ים מיט שונאים און די ווערסט באשמיצט אלס גנב, פארקויף פאר גוים און טאמער איז ער נישט צופרידן גייט ער זיך ווייטער זיין וועג און שלום על ישראל

שמעון וואלף: ס'נישט אינגאנצן אזוי. מאך זיי נישט פאר אזעלכע צדיקים. ווען א גוי איז נישט צופרידן וועט ער נישט גיין אין ביהמ"ד אדער אין מקווה זאגן אז דו ביסט א גנב. נאר ער'ט גיין אין קאורט... און מאכן סטאפ פעימענט אויף די טשעקס...!


אין קאורט איז אמאל די מוכר גערעכט און אמאל די קונה. ביי אידן איז ער אבער א זיכערער פארלירער ווייל זיין נאמען ווערט באשמוצט און מ'מאכט זיך אסאך שונאים. א דעוועלאפער האט מיר געזאגט אפאר יאר צוריק אז פאר די סיבה טאטשט ער נישט די היימישע געגענט

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 2:26 pm
דורך שמעקעדיג
יואליש האט געשריבן:כ'קען נישט גלייבן אז קיינער ביז אהער האט נאכנישט אויפגעפאסט אז דאס קוקט אויס ווי א סארקאסטישע ליצנות שטיקל געצילט קעגן א געוויסע דעוועלעפאר און הרב לאבין. קען זיין אז דער שרייבער איז בא'עוולה'ט געווארן און איז אנגעווייטאגט, אבער דאס צעטל האט נישט מיט די אמת'ע מערכה צו ארויסהאלטן גוים פון אידישע געגענטער.

גראדע האב איך יא חושש געווען. וועגן דעם האב איך אנגעפרעגט
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דער מקור צו דעם פלוג בלעטל? ד.ה. פון וואו קומט עס? וואו איז עס געשטאנען?

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 4:32 pm
דורך חכם עתיק
Milk shake האט געשריבן:יישר כח קליינער פאר געבן פאר די שונאי ישראל א שטעקן, קענסט רואיג שטארבן אז דו האסט עפעס אויפגעטון אויף די וועלט.

נ.ב. איך וואלט נישט געווען סורפרייזט אויב קליינער איז נישט גאר שמערל אליינס..


אז מען רעדט פון שמרי' זעה איך אז ער האט געפאוסט אז אין וויליאמסבורג הענגט די צעטליך פון רבנים קעגן פארקויפן עמי-בינה איז אינטרעסאנט צו זעהן ווי אויף די ליסטע אינטען פון די געשעפטן וואס פארקויפן עס נישט (פון אפאר יאר צוריק) האבן שוין אסאך געשעפטן נאכאמאל אנגהויבן פארקויפן.

אפשר א פרישע פרעשור קאמפיין איז אויפן וועג

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 8:28 pm
דורך פליקער
עס איז מיר געוועין לפשוט אז עס איז א וויץ, אבער די טענה איז אז עס איז גאר א אימגעלינגענע.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'קען נישט גלייבן אז קיינער ביז אהער האט נאכנישט אויפגעפאסט אז דאס קוקט אויס ווי א סארקאסטישע ליצנות שטיקל געצילט קעגן א געוויסע דעוועלעפאר און הרב לאבין. קען זיין אז דער שרייבער איז בא'עוולה'ט געווארן און איז אנגעווייטאגט, אבער דאס צעטל האט נישט מיט די אמת'ע מערכה צו ארויסהאלטן גוים פון אידישע געגענטער.

גראדע האב איך יא חושש געווען. וועגן דעם האב איך אנגעפרעגט
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דער מקור צו דעם פלוג בלעטל? ד.ה. פון וואו קומט עס? וואו איז עס געשטאנען?

און ווען בערל בעל עגלה האט, אין די ערשטע תגובה פון דעם אשכול געפרעגט צו ער מיינט עס ערנסט אדער מאכט ער א ביסל א שפאס...דאס איז גארנישט. דאס איז כעפרא לפומיה..כ'מיין כעפרא דארעא...? הא...? מיין כבוד איז גארנישט...? איך בין טאקע א גרויסער עניוו...אבער בזיונות... דאס שוין נישט. דאס בין איך נישט מחויב צו פארשווייגן. איך זוך צו מאכן עפעס א מחאה. ס'האט זיך שוין לאנג נישט גערודערט אויף די אידישע גאס. אפילו דער טומל איבער'ן קאושער סוויטש האלט שוין אויכעט ביים פארגעסן ווערן...!

Re: קלוגע דעוועלאפערס פארקויפן בלויז פאר אידן

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:50 am
דורך נולד מאוחר
חכם עתיק האט געשריבן:
Milk shake האט געשריבן:יישר כח קליינער פאר געבן פאר די שונאי ישראל א שטעקן, קענסט רואיג שטארבן אז דו האסט עפעס אויפגעטון אויף די וועלט.

נ.ב. איך וואלט נישט געווען סורפרייזט אויב קליינער איז נישט גאר שמערל אליינס..


אז מען רעדט פון שמרי' זעה איך אז ער האט געפאוסט אז אין וויליאמסבורג הענגט די צעטליך פון רבנים קעגן פארקויפן עמי-בינה איז אינטרעסאנט צו זעהן ווי אויף די ליסטע אינטען פון די געשעפטן וואס פארקויפן עס נישט (פון אפאר יאר צוריק) האבן שוין אסאך געשעפטן נאכאמאל אנגהויבן פארקויפן.

אפשר א פרישע פרעשור קאמפיין איז אויפן וועג

כהאב גערעט צי א דיסטריבוטער, סאיז נישט אמת, אסאך פון די געשעפטן אויסגערעכנט פארקויפן יא