בלאט 1 פון 1

שבתון "מקום"

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:43 am
דורך נולד מאוחר
כבין נייגעריג איז דאס זה לעומת זה?
קרבתנו ברענגט נענטער צי אלטרע, זיי העלפן אוועקגיין

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:21 am
דורך הוגה
נולד מאוחר האט געשריבן:
IMG-20150527-WA0024.jpg

כבין נייגעריג איז דאס זה לעומת זה?
קרבתנו ברענגט נענטער צי אלטרע, זיי העלפן אוועקגיין


דאס איז דירעקט אין counter צו פוטסטעפס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:49 am
דורך הקטן
ס'דא וואס זענען אויפגערעגט אויף די "סיסטעם", זייער אויפגערעגט און דערביטערט!
ס'אויך דא וואס פילען זיך באגרעניצט - און ווען איינער פילט באגרעניצט וויל ער בועט זיין
זיי ווילען געבען א גיטע שטויס
זיי ווייסען נישט וועם צי שטויסען
שטויסען זיי די באשעפער - און לאזן אפ זיין אידישקייט

קימט MAKOM און זאגט שטויס די "סיסטעם"
אבער א גיטס
ווער א Modern Chassid
ווייס וואס איז א דאורתא און וואס איז א מנהג און וואס איז א "אזוי טוט מען ביי אינז"
הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 11:57 am
דורך שמעקעדיג
א זייטיגע שאלה, ווי איז מעגליך אז עס קאסט בלויז $175.

Re: שבתון "מקום"

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 12:44 pm
דורך שמערל
מסתם וועט די מעניו זיין, פראנצויז אייער חלה, קדם געפילטע פיש, און גאלדס ווייסע חריין.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:00 pm
דורך הירשל ציג
175 פאר א פאר דרשות
שטייט ערגעץ מ'גייט געבן אש"ל?

Re: שבתון "מקום"

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:28 pm
דורך פאלענד ספרינג
זיי שטעלן צו אן אכסניה פאר יעדער וואס קומט ביי אן מאדארן ארטאדאקס משפחה און זיי וועלן דארט עסן איין סעודה און די אנדערע סעודה עסט יעדער צוזאמען.
זייער גאול איז צו ווייזן אז חוץ חסידיזם איז דא נאך ווערזשענס פון אידישקייט וואס מען זאל טרייען פאר מ'לאזט אפ אידישקייט אינגאנצען.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:30 pm
דורך קאווע טרינקער
פאר דעם דארף איך משה וויינבערגער?????? א געוועזענע MO און געווארנע שטריימעל רבי????????

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:43 pm
דורך הקטן
וואלסט ווען נישט געוואלט הערן פין איינעם וואס קען ביידע וועלטן?[??????]

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:54 pm
דורך קאווע טרינקער
שטעל דיך פאר מ'מאכט א שבת התועדות פאר אלע מענטשען וואס רייכערען נישט. וואלסטו גענומען פאר א רעדנער איינער וואס פלעיגט נישט רייכערען און האט לעצטענס אנגהויבן רייכערען?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 3:11 pm
דורך הקטן
אויב גייסטו מיט די הנחה אז MO איז גיט און א שטריימעל רבי איז שלעכט, און די ציל פין די שבת איז אריבער צי ברענגען וואו מער פין די דא-דא שלעכטע שטריימל אידען צי די גיטע MO געזעלשאפט דאן שטימט דיין משל געוואלדיג

ס'אויך דא וואס עקפלארען און ווילען הערן די צדדים לכאן ולכאן.
אויך איז דא וואס קענען פארשטיין אז וואס איז פאר איינעם גיט מיז נישט זיין גיט פאר א צווייטען

וואו לאנג ער באהאלט נישט זיין שטריימל און פארהוילט נישט זיין עבר זעה איך נישט וואס איז דו פראבלעם פאר א אפענער דענקער, פארקערט.

Jew in the city

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:44 pm
דורך פאטעטא טשיפס
אז מען רעדט שוין פון דער 'מקום' פראיעקט, וואלט מען געדארפט שטעלן דעם ספאטלייט אויף די ארגאניזאציע וואס פראדוצירט דעם שאבאטאן און די אינדיווידואל וואס שטייט אונטער דעם.

איז אזוי: די שבת ווערט אראנזשירט דורך עליסאן דזשאסעפס וואס פירט אן מיט די Jew In The City ארגאניזאציע און www.jewinthecity.com.

דזשאסעפס קומט אריגינעל פון א פרייע קאנסערוויטיווע משפחה און איז נתקרב געווארן צו אידישקייט אין איר טיענעזשער יארן נאכ'ן אדורכגיין א טראגישע פאסירונג, מיטשלעפנדיג אירע עלטערן און געשוויסטער צוזאמען. זי איז היינט צוטאגס חתונה געהאט מיט פיר קינדער און פירט א רעכט-גענויגטע מאדערן ארטאדאקסישע לעבנסשטייגער.

זייענדיג באשעפטיגט אין קירוב רחוקים, נאכן גראדואירן מיט א קאלעדזש דעגרי, האט זי זיך אנגעשטויסן אין אסאך פרייע אידן און גוים וואס פארמאגן א נעגאטיווע בליק אויף ארטאדאקסישע אידן. דעריבער האט דזשאסעפס באשלאסן צו גרינדען א וועבזייטל וואס זאל אפשלאגן די שלעכטע אימעדזש אויף פרומע אידן.

א לינק צו איר ביאגראפיע אויף וויקיפידיע

(אפשר זאל מען דאס שטעלן אלס א נייער אשכול)

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:00 pm
דורך פלאוויוס
ס'איז גאנץ אינטערעסאנט. זי זעט אויס צו זיין אן ערנסטע פרוי מיט גוטע כוונות.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 7:04 pm
דורך אייניקעל
קאווע טרינקער האט געשריבן:פאר דעם דארף איך משה וויינבערגער?????? א געוועזענע MO און געווארנע שטריימעל רבי????????

קען זיין כדאי אז די זאלסט אראפלייגן דיין גלעזל קאווע און זיך נאכפרעגן ווער ר' משה וויינבערגער איז פאר די שיסט ארויס סתם נעגאטיווע סטעיטמענטס

זע דא:

viewtopic.php?f=42&t=8800

די פראיעקט מקום איז בלויז פאזיטיוו פון אויבן ביז אונטן, צו העלפן מענטשן וואס אונזער אייגענער קאממיוניטי נעמט זיך נישט די מיה צו העלפן, ס'איז א אינציאטיוו וואס איז ווערט צו ווערן באגריסט מיט הצלחה