הר׳ אברהם לויפער אב״ד דאראג (וויליאמסבורג) מחבר האשל ברמה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 510 מאל

הר׳ אברהם לויפער אב״ד דאראג (וויליאמסבורג) מחבר האשל ברמה

שליחה דורך פריעד באטשי »

זייער א קאנטראווערסואלער אקטיווע מענטש, שלאפט נישט קיין רגע (חוץ ביינאכט א גוטע אכט שעה) געט ארויס קונטרסים, האט א כולל, מאכט נסיעות למקומות הקדושים, האט א ספרים סטאר, (אויף ראטלידזש דאכצעך - פארגעסן די נאמען) פארקויפט אתרוגים, לערנט פאר גמרא שיעורים אין ראדני, ועוד ועוד

ער האט זיך בעיקר באקאנט געמאכט מיטן אנדרייען די פאליטיק אקעגן דעם ניקלשבורגער (בשנות ה׳תש״מ׳ס) און די לעצטע פאר יאר מיטן ארויסגעבן די קונטרסים אקעגן די אריזאנע ווייץ/מצות מיטן נאמען האשל ברמה אקעגן מהר״א מסאטמאר, און יעצט (די לעצטע יאר צייט בערך) איז ער נאכאמאל געווען אין די נייעס וד״ל.

איך עפען די אשכול ווייל הערענדיג אזויפיל איבער אים בכלליות, וויל איך הערן פון מענטשן וואס קענען אים מער בפרטיות, צו וויסען וואס האט ער צו פארקויפן, און וואס האט ער שוין אויפגעטון/אפגעטון אויף די וועלט (איך וויל נישט אריינגיין צו ער איז גערעכט אדער נישט - פאר דעם איז צימעס געמאכט געווארן - איך וויל באקומען א בעסערע בליק איבער אים אליין פערזענליך)
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר