בלאט 1 פון 1

באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:25 pm
דורך היסטאריקער
אין דער בלאט די וואך ביי די קאפיעס פון אלטע ארטיקלעך ברענגען זיי א עד פון א הנחת אבן הפנה פאר באבוב סיטי אין קווינס שנת תשכ״ה

ווי זיי שרייבן גייט דארט זיין א ישוב מיט הונדערטער דירות, מוסדות וכו׳

איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, דאס זעה איך אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, ווייסט איינער מער פרטים, ביטע בארייכערט אונז

דערמיט

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:30 pm
דורך תמימותדיגע
ווען די פריערדיגע רב ז"ל האט געמופט פון קרוין הייטס קיין בארא פארק, איז געווען א פלאן אז מען וועט מופן קיין קווינס. מען האט שוין געמאכט א הנחת אבן הפינה פאר א שטעטל. אבער די שכינים האבן געמאכט געוואלדעס קעגן דעם, נישט זיכער אויב אידישע אדער גוים. אבער עס האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:09 pm
דורך תמימותדיגע
אפשר קענסטו לייגן דעם ארטיקל דא?

Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:30 am
דורך ירא שמים
א מזל סנישט געווארן ווען יא וואלט נישט געווען נישט קיין 48 נישט קיין 45[emoji1][emoji28][emoji23]

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:33 am
דורך BAL TSHIVA
אין קווינס וואלטן זיי גיווען 3, איינער 48 st, דער צווייטער 48 Ave, דער דריטער 48 Rd.

Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 12:33 am
דורך ווייס פרעזידענט
עס איז געוועהן גוישע שכינים

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 12:52 am
דורך בן עזאי
דארף מען מאכן אזויווי אין בלומענבערג,
ארייינברענגען א ישיבה פאר אומזינסט רענט, און אריינוואוטען היימישע פאליטישאנס.
אזוי באקומט מען פערמיטס פאר די ערשטע פאזע דירות, און איינמאל דער עולם וואוינט שוין דארט האמיר א בלאק וואוט.

מי יגלה עפר מעניך אדמו"ר מבאבוב, איך זאל דיר איבערגעבן די קנאקעדיגע עצה. וועל איך דארפן ווארטן ביז משיח וועט קומען?
אבער איין מינוט... ניין, איך גיי נישט העלפן באבובער רב אויפשטעלן א שטאט אין די מדינה, און אוודאי נישט מיט בחירות. העלפט ... איך בין נאך ניי דא, וויאזוי מעקט מען אויס א תגובה?!

Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 5:55 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
א שאד. ס׳ וואלט נישט געווען א שלעכטע זאך צו האבען א באבאבער שטעטעל דא אמעריקע. איך מיין אבער אז אין ארץ ישראל איז יא געלונגען צו בויען א באבאבער שטעטעל אין בת ים.

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 6:11 pm
דורך [NAMELESS]
און טאקע אט דער באבובער שטעטל אין בת ים גייט אריין אין די היסטאריע אלס איינס פון די גרעסטע דורכפעלער פון אויפבויען א היימיש חסיד'ישע שטעטל.

נאך קאשוי און וואוידרידזש...

Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 6:23 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
אדנירם האט געשריבן:און טאקע אט דער באבובער שטעטל אין בת ים גייט אריין אין די היסטאריע אלס איינס פון די גרעסטע דורכפעלער פון אויפבויען א היימיש חסיד'ישע שטעטל.

נאך קאשוי און וואוידרידזש...

וואס איז טאקע די סיבה אז ר׳ שלמה האט נישט מצליח געווען צו בויען א שטעטעל? איך האב אייביג געמיינט אז ער איז נישט געווען אינטערעסירט אבער בת ים אין באבאב סיטי וויזט אז ער האט יא געוואלט.

נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 8:09 pm
דורך מפוזרי
לפי מה ששמעתי איז דער פלאן געווען צוצוגרייטן א פלאץ וואס זאל זיין מעותד פארן יונגערן זוהן ונתבטל בגלל התנגדות הרעבעצין.

Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?

נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 9:07 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:און טאקע אט דער באבובער שטעטל אין בת ים גייט אריין אין די היסטאריע אלס איינס פון די גרעסטע דורכפעלער פון אויפבויען א היימיש חסיד'ישע שטעטל.

נאך קאשוי און וואוידרידזש...

וואס איז געוועהן די פלאן אין בת ים, און וואס איז געווארן דערפון?

נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 9:48 pm
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:לפי מה ששמעתי איז דער פלאן געווען צוצוגרייטן א פלאץ וואס זאל זיין מעותד פארן יונגערן זוהן ונתבטל בגלל התנגדות הרעבעצין.

נישט עולה על השכל !
קוים וואס ער האט געהאט א קיבוץ פאר זיך ! נאך וועסט סייד און קראן הייטס האט ער געקלערט מאפן אויף קווינס אווי אסאך אידן פון בראנזווילל און קראון הייטס האבן אהין געמאפט בשנת תשכ" -תש"ל ווי למשל הומנע רב (קווינס) ועוד ועוד , עס איז דאן נאך נישט געווען די חלומות פאר זיין זון וואס איז נאך געווען דאן א בחור (?) !

Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 9:03 am
דורך מפוזרי
גערעכט, ס'איז מסתבר כדבריך. כ'וועל דארפן איבערפרעגן מיין מקור, קען זיין ער האט גערעדט פון אן אנדער פלאן אין א שפעטערדיגער תקופה.

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 11:40 am
דורך Kool man
אדנירם האט געשריבן:און טאקע אט דער באבובער שטעטל אין בת ים גייט אריין אין די היסטאריע אלס איינס פון די גרעסטע דורכפעלער פון אויפבויען א היימיש חסיד'ישע שטעטל.

נאך קאשוי און וואוידרידזש...


דאכט זיך ס'שטייט פאר קאשוי און וואודריזש, וואודריזש איז היינט א ביזי שטאט, יודישע סופערמארקעט אפען אגאנץ יאהר, צוויי חרד'ישע שוהלען אפען אגאנץ יאהר, סעקשאן 8 טענענטס וואס וואוינען דארט דרועך די יאהר, וואקעישענערס פארען ארויס יעדע שבת אדער אויף די וואך, קרית טאבאק איז קיינמאהל נישט ליידיק, אומצאליקע קאנטריס און קעמפס און סאמער האום דעוועלאופמענטס, גארנישט אזא דורכפאל,
אויך קאשוי דאכט זיך איז נישט אזא דורכפאל, ער איז נאענט צו נייטרא, ביידע שטעטעלעך האבען די זעלביקע צאהל משפחות, [בערך 60 איטש] און זיי האלטען זיך אונטער איינער דעהם צווייטען נישט אומצופאהלען, ביידע האבן גראסערי און בית החיים, ביידע האבען א ישיבה'לע דארט, און ועל הכל זיי געפינען זיך אין גאהר א טייערע געגענט, זיי וואוינען צווישען פריצים.
מה שאין כן בת ים.

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 11:58 am
דורך תמימותדיגע
קרית באבוב האט איבער 100 משפחות. ווען איך האב דארט געלערנט איז געווען א גראסערי און א פרוכט געשעפט.

חוץ פון דעם איז עס נישט אין א מדבר. בת ים כהיום איז דא גאר אסאך פרומע בעלי תשובה. אין מען קען סייווי קויפן כשר'ס דארט לרחצה אין פרייע געשעפטן. עס איז דא א פיינע ישיבה דארט. א חדר א בנות ציון. אה"נ עס איז א דורכפאל נישט סתם א דורכפאל אבער נישט ערגער פון קאשוי אדער וואודריטש. סיי קאשוי אין סיי קרית באבוב זענען ווערט גרויסע געלט היינטיגע צייטן. די ריל עסטעיט אין יענע געגענט איז ווערט גרויסע געלטער.

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 12:37 pm
דורך Milk shake
אויב איז די אלע שטעטלעך א דורכפאל, קומט אויס אז קרית פאפא איז די איינציגסטע שטעטל וואס איז יא געלונגען?