בלאט 1 פון 1

ברוך דיין האמת: "אידישע געדאנק" פארום

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 3:49 pm
דורך [NAMELESS]
שוין פילע יארן וואס חרדישע אידן קיקען אויף איין קוואל פון אינפערמאציע אויף די אינטערנעט: היידפארק. אין לויף פון די יארן זענען שוין געוועהן אסאך פארומ׳ס אויף בחדרי חרדים - היידפארק, אבער די מערסטע טרעפיק האט באקומען די פארומ׳ס וואס האבן ארומגערעדט וועגען די סאטמארע פאליטיק. 
רוב צייט פון די לעצטע 8-9 יאר איז געוועהן צוויי פארומ׳ס פאר סאטמארע פאליטיק. איינס פאר די אהרונים און איינס פאר זאלוינים. אין די צייט וואס די אהרונישע פארום ״כל העולם כולו״ האלט שוין אהן אסאך יארן האט זיך די זאלוינישע פארום געטוישט עטליכע מאהל. די לעצטע גלגול איז געווען ״אידישע געדאנק״. 
די צוויי פארומ׳ס פלעגן געליינט ווערן דורך גאר אסאך מענטשען, ווייל מ׳האט דארטען געזעהן א געוואלד מיט טאלאנט וויאזוי יעדע פרט פון די פאליטיק איז געוועהן א געווינס פאר ביידע צדדים, און וויאזוי אשכולות וואס האט לכאורה גארנישט מיט סאטמאר איז אייביג אריינגעפארן אין סאטמארע פאליטיק.

אין די טעג נאך די אסיפת כלל ישראל איז אנגעגאנגען העפטיגע דעבאטעס אויף די פארומ׳ס אויב מ׳זאל אפשפארן, ווייל די צוויי רבי׳ס וואס שטייען אינטער די צוויי פארומ׳ס זענען דאך שארף ארויס קעגן דעם אינטערנעט. ביידע פארומ׳ס האבען אבער גע׳טענה׳ט אז זיי מוזן בלייבען אפען כדי צו קענען אפענטפערן די בלבולים וואס די אנדערע זייט לייגט ארויס. 
יעצט איז שוין דורך 5 טעג און עס איז גארנישט געשריבען געווארן אויף די פארום ״אידישע געדאנק״. מ׳קען דאס אננעמען אז די זאלוינים האבן מחליט געוועהן צו ענדיגן מיט דעם הערליכן פארום, אלעס ווייל זייער רבי איז אזוי שארף ארויס קעגן אינטערנעט. 
דער אמת איז אז ס׳איז א גרויסע נסיון אפצושפארן אזא סארט פארום, ווייל למעשה איז עס א פלאץ ווי מ׳זעהט א געוואלד מיט אינטעליגענץ און ידיעות און טאלאנט. דערפאר איז צו פארשטיין פארוואס כל העולם כולו גייט ווייטער אהן, נישט אוועקצונעמען פון אידישע קינדער די מעגליכקייט אויסצושארפען די מח און קונה זיין חכמה.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 3:57 pm
דורך kliger
איך מיין עס איז נישט פארמאכט עס איז פלעין נישט עקטיוו
http://www.bhol.co.il/forums/forum.asp? ... m_id=21016

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 4:04 pm
דורך משכיל
איך האב מיך טאקע געוונדערט פארוואס ווען איך גיי ארויף אויף הייד פארק קומט נאר ארויף "אידישע געדאנק" אז מען קלויבט אויס די פורומס פין די לעצטע מאנאט, י
עס איז א שאד וואס די אידישע סחורה אויף די אינטערנעט ווערט כסדר ווייניגער, ווייל שרייבער האבען מורא אז מען וועט כאפען ווער זיי זיינען אין עס וועט זיין צרות, י
איך בין אריין צו תורה טעיפס אין בארא פארק אפאר יאר צוריק זאגט מיר מר.אפעלבוים דער אייגענטימער אז ער לייגט ארויף זיינע טויזענטער טעיפס אויף מ.פ.3, פרעג איך איהם פארוואס נישט אויף די אינטערנעט ? זאגט ער מיר אז א גדול האט עם אנגערופען אין געבעטען אז ער זאל עס נישט טועהן, סא וואס האט ער אויפגעטועהן אז די וואס זוכען אביסעל פרישע סחורה אויף די אינטערנעט וועלען גיין אויף יו טוב אדער דראדש און א.וו.י\
קלוגער וואלט געווען צו פארפלייצען די אינטערנעט מיט אלע סארט אידישע ענינים, י

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 4:58 pm
דורך יואליש
מ'האמיר געכאפט, און געלאכט א גיטס.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 5:19 pm
דורך ניו יארק
טאלאנטען? פאר דעם איז דאך דא קאווע שטיבעל!!!

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 1:27 am
דורך שמעקעדיג
יואליש האט געשריבן:מ'האמיר געכאפט, און געלאכט א גיטס.


נישט סתם, נאר טאקע לאמר, אשפ״ג....

יעצט האב איך די היקאפס

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 9:46 am
דורך איינער
זיי האבן צוגענומען פון רוב (אפשר אלע) שרייבער רשות כתיבה.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 9:55 am
דורך לעמיל
וויאזוי גייט הייסען די נייע פורום וואס זיי גייען עפענען?

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 12:40 pm
דורך שמעקעדיג
איינער האט געשריבן:זיי האבן צוגענומען פון רוב (אפשר אלע) שרייבער רשות כתיבה.


מיין רשות האט מען נישט צוגענומען. דערווייל. כאטש איך שרייב כמעט נישט דארט, האב איך אבער א ניק דארט.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 11:25 pm
דורך אייגענארטיג
שמעקעדיג האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:זיי האבן צוגענומען פון רוב (אפשר אלע) שרייבער רשות כתיבה.


מיין רשות האט מען נישט צוגענומען. דערווייל. כאטש איך שרייב כמעט נישט דארט, האב איך אבער א ניק דארט.


אזוי אויך מיין איז נישט אוועקגענומען געווארן. אבער איך שרייב כמעט נישט איך גלייך נאר ליינען. איך האב נישט קיין גוטע פענע

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 11:26 pm
דורך דבילה
שמעקעדיג האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:זיי האבן צוגענומען פון רוב (אפשר אלע) שרייבער רשות כתיבה.


מיין רשות האט מען נישט צוגענומען. דערווייל. כאטש איך שרייב כמעט נישט דארט, האב איך אבער א ניק דארט.


גיב אכטונג... ביסטדיך שיעור נישט מגלה אלץ א מנהל דארט... אשפג

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 8:08 am
דורך איינער
קען זיין, אז זיי האבן צוגענומען נאר פון די ניק'ס וואס האבן געשריבן לעצטענס.

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:03 am
דורך שרייבער
איך מיין דער קעפל פונעם אשכול דארף הייסן "ברוך הטוב והמטיב"
ווייל דאס איז אין כלל פון בשורות טובות

לאמיתו של דבר איז קיין איינע פון די נישט אפגעשפארט, ס'איז נאר פשוט פוחת והולך, אפילו כל העולם כולו שרינקט אויך געפערליך, ס'קען דורכגיין טעג וואס זאל נישט זיין קיין שום נייע אשכולות על אף וואס נייעס איז יא דא

מעגליך אז די ערעפענונג פון קאווע שטיבל האט אויך אסאך צוגעגעבן.

נו ב"ה פאר דעם, אויף ביידע פורומים האבן זיך געדרייט קינדער, ממש קינדער, גערעדט אזוינע שטותים מיט לגיונות אז ס'איז געווען א פחד.

איך וואלט אבער יא פארגעשלאגן אפשר זאל מען דא אין קאווע שטיבל עפענען א באזונדערע אפטיילונג פאר נייעס פון די אידישע וועלט, פארשטייט זיך מיט שטרענגע תקנות נישט צו אטאקירן אנדערע, פלעין פשוט טרוקענע נייעס, מען מעג שרייבן אפילו אזעלכע נייעס וואס די צייטונגען לייגן נישט אריין, אבער מיט נימוס און דרך ארץ און אוודאי נישט מיט קיין שקרים

וואס האלט דער ציבור?
וואס האלטן די מנהלים?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 1:49 am
דורך [NAMELESS]
דא ווערט טאקע געמאלדען אז רז״ל האט באפוילען צוצושפארן זיין פארום.
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=16386

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 12:03 pm
דורך חייםהערש
עס איז באמת א קידוש השם אז די צווי פלעצער וואס זענען געבויט אויף הלבנת פנים אין לשון הרע זאל האבען א שטייטער טויט
אשריכם ישראל אז זיי קענען מבחין זיין צווישען תכלת און קלע אילן

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 1:35 pm
דורך גדעון
איך מיין אז יעדער איינער איז שוין מסכים אז די הייד-פארק זייטלעך זאלן זיך צוריק עפענען, און מיר זאלן קענען האבן דא צוריק די מנוחה.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
גדעון האט געשריבן:איך מיין אז יעדער איינער איז שוין מסכים אז די הייד-פארק זייטלעך זאלן זיך צוריק עפענען, און מיר זאלן קענען האבן דא צוריק די מנוחה.


לא זו אף זו. מען דארף נישט קיין איינס. פאר די טובה פון כלל ישראל, ברוחניות ובגשמיות, זאל זיך אלעס אפשפארן.